בעזרת ה' יתברך
יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
ליבער ברודער, א גאנץ יאר גייט אריבער אויף דיר וכו' וכו', יעצט איז די צייט געהאלפן צו ווערן, יעצט ביסטו געקומען צום גרעסטן צדיק וואס וועט דיך העלפן אין יעדע פרט וואס דו דארפסט נאר, ובפרט אז דיין שלום בית איז נישט ווי עס דארף צו זיין, זאלסטו גיין צום ציון און זיך נישט שעמען צו דערציילן דעם רבי'ן דעם גאנצן אמת.
ערשט זאלסטו געבן א פרוטה לצדקה לזכות דעם רבי'ן, נאכדעם זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און אפילו דו ביסט שוין פריער געווען און שוין געזאגט – זאלסטו נאכאמאל זאגן די תיקון הכללי, און נאכן ענדיגן די תיקון זאלסטו זיך גוט אויסוויינען; פארדעק זיך דעם פנים מיטן תיקון הכללי און זאג די ווערטער: "הייליגער רבי, איך האב געטון וואס דו האסט געזאגט מען זאל טון, יעצט בעט איך דיר, שלעפ מיך ארויס פון מיין בלאטע", און דערצייל דיין שלום בית, ווי דו לעבסט אליין, אזוי ווי א בחור, און דיין ווייב וויל נישט לעבן מיט דיר. זאג פארן רבי'ן: "רבי, ווען דו האסט געלעבט און בחורים זענען געקומען האסטו זיי געזאגט זיי זאלן ערשט חתונה האבן, אנטון א טלית, און שפעטער צוריק קומען, רבי, איך האב טאקע א טלית אבער איך בין אזוי ווי א בחור, איך בין נאך פיל ערגער, רבי איך דארף א ישועה למעלה מדרך הטבע, רבי איך ווייס אז איך האב געזינדיגט און מיט דעם זיך שלעכט געמאכט, איך טו תשובה, איך גיי שוין זיין ערליך"; און איך בין זיכער אז דו וועסט פועל'ן ביים רבי'ן דיין ישועה.
א כתיבה וחתימה טובה.