בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דריי זאכן צו קוקן ביי א שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, מברכים אדר, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


אפשר קענט איר זיין די ריכטיגע שליח צו העלפן די מיידל ... תחי', איר צו מחזק זיין.


איך זוך נישט ארויפצולייגן אויף אייך ארבעט, איר האט גענוג ארבעט מיט אייערע קינדער, אבער זי איז זייער צעבראכן, זי עקשנ'ט זיך וועגן א שידוך וכו'; אפשר זאלט איר רעדן מיט איר זי זאל זיך נישט עקשנ'ען, זי זאל קוקן אויף דער עיקר אין לעבן - אויף גוטע מידות און יראת שמים.


זאגט איר אז איך האב יעצט באקומען א בריוו פון די כלה ... וואו זי שרייבט מיר אז איר חתן האט איר מגלה געווען דעם סוד אז ער האט אויך חיות פון רבי'ן; זי איז אזוי פרייליך אז זי מיט איר חתן - ביידע לעבן פון רבי'ן, זייער חיות איז דער רבי. זי האט אלע יארן געבעטן דעם אייבערשטן אז איר חתן זאל זיין מקורב צום רבי'ן.


זייט איר מחזק זי זאל זיך נישט קריגן מיט אירע עלטערן; סיי ווי סיי האט א שידוך מיט קיינעם נישט, א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אז מען רעדט איר א שידוך זאל זי קוקן אויף דריי זאכן: די ערשטע זאך - א געזונטער, צווייטע זאך - גוטע מידות און דריטע זאך - יראת שמים.


  דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.