בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך האב זייער געוואלט זיין ביי דיין סיום
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר


זיי מיר מוחל אז איך בין נישט געווען נעכטן ביי דיין סיום אויף ששה סדרי משנה.


איך בין געפארן נעכטן באקן מצות פאר מיין טאטע שליט"א; גלייב מיר, איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביים סיום. דאס איז ביי מיר חשוב'ער פון אלעס, איך האב אויפגעשטעלט די ישיבה און חדר מיט מסירת נפש ממש, און יעדעס מאל א תלמיד הישיבה פארציילט מיר אז ער מאכט א סיום מסכתא געבט דאס מיר כח ווייטער אנצוגיין מיט מיין ארבעט.


איך בין נישט געווען אין ישיבה נעכטן א גאנצן טאג ווייל איך האב געהאלפן מיין טאטע שליט"א באקן מצות; איך האף אז דו וועסט מיר מוחל זיין אז איך בין נישט געווען ביי דער סיום, איך וועל עס דיר אם ירצה ה' באצאלן ביי א צווייטע געלעגנהייט.


יעצט הייב אן נאכאמאל ששה סדרי משנה און גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, אזוי זאלסטו לערנען דיין גאנץ לעבן. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט דאך זאלסטו ווייטער לערנען און זאגן די ווערטער, ביז דער אייבערשטער וועט דיר עפענען דיין קאפ און דו וועסט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה.


קוק וואס דער רבי האט דערציילט, ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, אות ח): "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן  - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


דער רבי האט זיך אבער נישט באגנוגנט מיט וואס ער לערנט, ער האט אויך געוואלט קענען זוהר און כתבי אריז"ל, ער האט אלץ קינד געוואלט פארשטיין קבלה, "וְכֵן בְּלִמּוּד זוֹהַר וְכִתְבֵי הָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הָיָה בּוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה עַד שֶׁזָּכָה לְהָבִין", עיין שם, האט ער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער זאל פארשטיין וואס ער לערנט ביז ער האט אלעס פארשטאנען.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון תפילה; אויב א מענטש איז אן עקשן בעבודת השם, וועט ער זוכה זיין אנצוקומען צו גרויסע זאכן.


זע צו העלפן אין שטוב אנגרייטן דעם הייליגן יום טוב פסח.