בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו זען לערנען אין כולל בוקר זעקס אזייגער פארטאגס אזוי פלייסיג בהתמדה רבה.
איך האב בדוקא נישט געזאגט פאראויס אז איך גיי קומען, ווייל איך האב געוואלט זען ווי אזוי עס זעט אויס א פשוט'ע טאג אן דעם ראש ישיבה; איך מוז דיר זאגן אז עס האט מיר געגעבן פרישע כחות אנצוגיין ווייטער מיט מיין ארבעט.
איך האף צו פועל'ן ביי נאך אינגעלייט זיי זאלן קומען לערנען אין כולל פאר'ן דאווענען; עס מוז נישט זיין אז אלע זאלן לערנען דעם לימוד הלכות טהרה – טור, בית יוסף, ב"ח, שולחן ערוך וכו'. איך וועל רעדן צו נאך אינגעלייט זיי זאלן קומען לערנען פארטאגס זייערע פריוואטע שיעורים, שיעורים כסדרן, ווייל דער גאנצער טאג איז גאר אנדערש ווען מען הויבט דאס אן מיט תורה.
ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב, זאל זי אויך הנאה האבן אז איר מאן לערנט פלייסיג. זאג איר אז איך האב ערהאלטן איר בריוו, איך האב זייער הנאה צו הערן אז די שכינה רוט צווישן אייך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.