בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - האב נישט פון קיינעם מורא, גיי הפצה אין ישיבות
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין זאך איז הפצה פאר בחורים און אברכים.


גיי הפצה אין ישיבות; וואלסטו געוואוסט וואס גייט אריבער אויף בחורים אין ישיבות - וואלסטו נישט געקוקט אויף די איינצעלנע בחורים וואס מאכן חוזק און שרייען וכו', בחורים האבן ביטערע נסיונות, בפרט די ישיבות וואס האבן קווארטיר (דארמיטארי), השם ישמרינו.


נעכטן דערציילט מיר א אינגערמאן, ער קומט פון א גאר גוטע ישיבה, ער זאגט מיר די גליונות און קונטרסים האט אים פשוט געראטעוועט אין ישיבה, ער האט געוואוסט צו זאגן 'ניין' ווען מען האט אים געמוטשעט צו טון עבירות רחמנא לצלן, ובזכות די גליונות האט ער געוואוסט אז דאס טאר מען נישט טון וכו', אזוי איז ער ניצול געווארן.


האב נישט פון קיינעם מורא, אז א בחור וועט שרייען און צערייסן די גליונות און קונטרסים - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן, נאר גיי צו אנדערע בחורים. אויך זאלסטו גיין אין כוללים צו די טייערע אברכים וואס לערנען און דינען דעם אייבערשטן, און זיי האבן נישט קיין וועג וכו' וכו', זיי ווילן זיין גוט און זיי ווייסן נישט וואס צו טון. מען לערנט מיט זיי עבודות פון צדיקים וואס זענען געווען בבחינת מלאכים, און די טייערע אינגעלייט פרובירן נאכצומאכן די מלאכים, אבער היות מיר זענען מענטשן - ארבעט עס נישט, מען פאלט אראפ וכו', און מען ווערט זייער צעבראכן; די דארפן די מערסטע חיזוק.


האב נישט פון קיינעם מורא, האסט שוין געכאפט פעטש פארן זיין א מפיץ וכו', איך האב שוין אויך געכאפט פעטש; מיר האט איינער כמעט דערווארגן פארן מחזק זיין בחורים. עס איז געווען א נס, א שכן איז אריבער און מיך געראטעוועט, דאס האט מיך נישט אפגעשטעלט פון ווייטער מחזק זיין בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.