בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב זייער הנאה געהאט דיך צו זען פסח אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, און איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך ווייטער דרייען מיט אנשי שלומינו, האלט אן דיין שייכות מיט אנשי שלומינו, ווייל אז מען קומט צווישן ברסלב'ע חסידים, מען הערט זיך צו וואס מען רעדט – איז נישט מעגליך עס זאל זיך נישט אנקלעבן יראת שמים, אמונה און נאך.
אויך זאלסטו זיך שטארקן צו גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג, ענדערש קום אין שול מיט גוטן, ווייל אז נישט – דרייט מען פון הימל אז דער מענטש זאל שוין נישט האבן קיין ברירה און מוזן קומען אין שול, עס הייבט אן איבערגיין, מען טרייבט דעם מענטש ער זאל נישט האבן קיין מקום אין די וועלט ה' ישמרינו.
אויך איז גוט דו זאלסט קומען מזמן לזמן מיט דיין ווייב רעדן, א אינגערמאן דארף קומען רעדן, אוועקשטעלן די שטוב ריכטיג. (פארבינד זיך מיט ישראל שמעון נרו יאיר, בדרך כלל איז זונטאג די צייט פאר יונגע קאפלס צו קומען רעדן).