בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - האלט קאפ אויף דריי זאכן, וועט דיין שטוב זיין א גן עדן
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל אז איך האב געשריגן אויף דיר ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב אין ירושלים, איך האב דיר נישט געוואלט פארשעמען, איך וויל דיר פשט ראטעווען דיין שטוב. איך וויל נישט דו זאלסט זיך חס ושלום גט'ן, דו האסט א שטוב מיט קינדער, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך, "אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", אפילו דער מזבח וויינט, און מוהרא"ש זכרונו לברכה פרעגט: "פארוואס וויינט דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש, וואס עפעס כאפט ער אן די לשון אז דער מזבח וויינט?" זאגט מוהרא"ש, דער מזבח וויינט און זאגט: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות..."


מיין טייערער ליבער ברודער, ערווארט נישט דיין ווייב זאל דיר חשוב האלטן, ערווארט נישט דיין כבוד זאל קומען פון איר, דו טו דעם רצון השם, און אז די רצון השם איז רעדן שיין צו די ווייב און מיט כבוד - זאלסטו דאס טון אן קיין חשבונות, און אז זי רעדט צו דיר ווי א שקלאפטע - זאלסטו ווייטער רעדן מיט דרך ארץ און כבוד, ווייל דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב. אזוי ווי רבי נתן שרייבט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", איינער האט מיר דערציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן, "מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן", איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט, "וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


ליבער ברודער, קענסט נאך מאכן דיין שטוב, דיין לעבן - פאר א 'גן עדן', אז דו וועסט היטן די דריי זאכן: ערשטנס, 'נישט טשעפען', צווייטנס 'נישט טענה'ן' און דריטנס 'גוטע ווערטער'; האלט קאפ אויף די דריי זאכן, נישט פליקן, אדער לאכן פון איר, און נישט טענה'ן, לאז דיין ווייב זיין גערעכט, דער רבי זאגט קלאר (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב), מען זאל זיך נישט טענה'ן מיט די ווייב, און מען זאל איר אלץ געבן די לעצטע ווארט, און איר געבן גערעכט.


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים, זיי זענען אזוי צעבראכן, זיי ווארטן אויף א גוט ווארט, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.