בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך האף דו אינוועסטירסט אין גוטע פלעצער וואס ברענגען זיכערע פארדינסטן
תפילה והתבודדות, לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף אז דו אינוועסטירסט אין גוטע פלעצער, אין פלעצער וואס וועט דיר ברענגען זיכערע פארדינסטן; אז מען גייט יעדן טאג אין שול דאווענען - דאס איז זיכערע רווחים, אז דו וועסט עפענען די גמרא, בלעטערן די הייליגע גמרא - דאס איז זיכערע פארדינסטן, די חומש און משניות - דאס איז זיכערע פארדינסטן.


איך בעט דיר זייער, נעם אן די פאר ווערטער; מאך די ריכטיגע חשבונות, נעם זיך צאם, זע עס זאל עפעס איבערבלייבן, ווייל נאר דאס וועט איבערבלייבן; נאר תורה ותפלה.


פון דיין ראש ישיבה.