בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#80 - וויי וויי, פארוואס האב איך נישט געלערנט משניות?
משניות, תכלית, יום המיתה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין הודעה אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און צו מסיים זיין ששה סדרי משנה הונדערט פיר און אכציג מאל.


האסט מיך זייער מחי' געווען, דאס געבט מיר כח צו ווייטער מחזק זיין בחורים און אברכים צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען (שיחות הר"ן, סימן עו), מען זאל לערנען אפילו בלי הבנה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט.


עס קומט א טאג, עס קומט א צייט – וואס נאר משניות וועט העלפן, נאר משניות וועט זיין אינטערעסאנט; ווען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן קומט און נעמט צי די נשמה, מען פאלט אראפ א טויטער, דעמאלט וועט מען חרטה האבן, דעמאלט וועט מען רחמנות האבן אויף זיך, מען וועט טראכטן 'וויי וויי, פארוואס האב איך נישט געלערנט משניות? פארוואס האב איך געשפעט פון סדר דרך הלימוד?' דעמאלט וועט גארנישט נוצן, נאר משניות.


אז דו דארפסט אן ארבעטער זאל דיר העלפן – גיי אין ישיבה אין שטעטל און נעם א בחור וכו', עס איז א גרויסע זכות וד"ל.



 

#79 - ביי ניחום אבלים, זעט מען וואס בלייבט פונעם מענטש
תכלית, מעביר סדרה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען מנחם אבל זיין מיין טאטע שליט"א וואס זיצט שבעה נאך זיין ברודער הרב עמרם עליו השלום, אב"ד האמאראד. איך האב נאכאמאל געזען וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען זאל זיך אונטערהערן וואס מען רעדט ביי ניחום אבלים - וועט מען זען וואס בלייבט פונעם מענטש, מען רעדט נאר פון זיינע גוטע זאכן וואס ער האט געזאגט, פון זיין דאווענען, פון זיין ערליכקייט, קיינער רעדט נישט פון זיין געלט, קיינער רעדט נישט פון די הייזער וכו', מען רעדט נאר פון נאך א נקודה טובה און נאך א נקודה טובה, דאס איז זייער מחזק אויף אויסניצן די יארן וואס מיר זענען נאך דא - אויף גוטע זאכן.


הויב אן שוין היינט לערנען די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום מיט פירוש רש"י הקדוש, אזוי ווי דער שלחן ערוך ברענגט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ב): "וִירֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", און צדיקים זאגן אז דער מחבר איז מרמז 'אויב דו ווילסט יראת שמים - זאלסטו דאס טון'; לאז עס נישט אויף סוף וואך, הויב אן שוין היינט, און יעדן טאג זאלסטו לערנען אביסל, ווייל שנים מקרא ואחד תרגום איז אזוי הייליג, מען קען אלעס פאררעכטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן יט) אז דאס איז א תיקון הברית.


יעצט הויבן מיר אן דעם זמן, סיי מיט די תלמוד תורה, סיי מיט די ישיבה; איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - כאטשיג איין מאל א וואך זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות
תפילה והתבודדות, שטעטל, תכלית, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אין קרית ברסלב, איך בין געווען אין בית פיגא, אין חדר און אין ישיבה; וואס זאל איך דיר זאגן, אשרינו שזכינו, מיר האבן הערליכע מוסדות. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט כמה וכמה פעמים: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזער מוסד פון קיינעם".


איך האב זיך געפרייט צו קענען זיין מיט די בחורים אין ישיבה, מיר האבן שוין היינט דריי ישיבות; אין ירושלים עיר הקודש, אין קרית ברסלב ליבערטי און אין וויליאמסבורג. איך האב פארגעלערנט די בלאט גמרא פאר די בחורים, ווייל עס גייט מיר ממש אין לעבן אריינצוברענגען אין די תלמידים די זאך פון לערנען יעדן טאג גמרא, עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען גמרא, לכל הפחות איין בלאט.


איך בין געווען אין די מוסד אפיס, איך האב דערציילט פאר די ארבעטערס, איך האב זיי געוויזן א טשעק פון איבער דרייסיג טויזנט דאלער וואס איז געקומען אין די פאסט. איך האב זייער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר העלפן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע אין די מוסדות, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, איינער האט געשיקט א גרויסע סכום אויף די פאסט. די געלט איז אנגעקומען אן קיין נאמען (א גאנץ ווינטער איז געקומען יעדע חודש פון די זעלבע אקאונט, צדקה, וואס מען קען נישט נאכגיין די נאמען), איך ווייס נישט ווער דאס איז, איך האב נישט וועם צו זאגן שכוח, נאר פארן אייבערשטן, און איך זאג א גאנצן טאג: "שכוח אייבערשטער אז דו לאזט מיך נישט פאלן, שכוח אייבערשטער אז מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט ריינע אמונה פשוטה און מיט אמונת צדיקים, שכח אייבערשטער אז אונזערע קינדער דארפן נישט אריבערגיין יעצט פאר אומאן בזיונות פון חדר אז זיי פארן קיין אומאן, שכוח אייבערשטער פאר אלעס".


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט קומען צום שיעור, מען מוז קומען כאטשיג איין מאל א וואך זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות, חיזוק און שכל, אז נישט שלאפט מען איין און מען קען חס ושלום אפשלאפן די גאנצע זיבעציג יאר. קום צום שיעור, דער רבי וועט דיך אויפוועקן זאלסט צוריק אנהויבן דיינע שיעורים כסדרן, חומש, משניות, גמרא, הלכה ואגדה; נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.


היינט אינדערפרי הער איך אין שול מענטשן זענען צעטומלט, א איד, א וואוילער איד, ער איז געווען אין די חברה הצלה, געטון חסד - איז פשוט נישט אויפגעשטאנען; ווען מען לעבט נישט מיט די מחשבה אז איין טאג גייט מען אוועק גיין פון דער וועלט ווערט מען אזוי פארלוירן און צעמישט ווען מען הערט אזעלכע געשעענישן, אבער אז מען לעבט מיט די מחשבה פון תכלית - דעמאלט גרייט מען זיך יעדן טאג אן מיט תורה, מיט תפילה, מיט גוטע מעשים; מען ווייסט אז איין טאג וועט מען דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#77 - דו רעדסט פונעם אייבערשטן? דו ביסט ברסלב?
אמונה, מוסדות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, תכלית, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס דערמאנט אונז פון דעם הייליגן באשעפער; וויפיל מיר פארגעסן און מיר גייען צוריק צו אונזערע שטותים - קומט דער רבי און וועקט אונז, און דערמאנט אונז מיר זאלן נאכאמאל טראכטן פונעם אייבערשטן, און בעט אונז מיר זאלן רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, וואס איז די לימוד פון הייליגן רבי'ן אנדערש פון אנדערע צדיקים? אלע צדיקים רעדן דאך פון די זעלבע זאכן; פון תורה, פון תפילה, פון אמונה וכו' וכו', וואס איז ברסלב? זאגט מוהרא"ש, אלע צדיקים ווייזן דיר א וועג ווי אזוי דו קענסט אנקומען נאנט ווערן צום אייבערשטן, דער צדיק זאגט - דורך תורה וועסטו אנקומען הויך, דער צדיק זאגט - דאס איז די וועג וכו', ווידעראום דער רבי זאגט אנדערש, דער רבי עפנט אונז די אויגן מיר זאלן זען אז 'דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', מען דארף נאר עפענען די מויל און אנהויבן רעדן צו אים.


נעכטן ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון וואס די תורה זאגט (דברים טז, יח): "שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ" מען זאל שטעלן מנהיגים, די שאלה איז ווי אזוי ווייסט מען צו וועלכער מנהיג צו גיין? מוהרא"ש דערציילט, מענטשן זענען געקומען צו א גרויסן צדיק און אים געפרעגט, זיי וואוינען אין א גרויסע שטאט מיט אסאך גוטע אידן, וועם זאלן זיי נעמען פאר א רבי? האט דער צדיק געענטפערט, עס שטייט אין די תורה: "שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ",  מען זאלן ממנה זיין אין יעדע שטאט און אין יעדע געגנט רבנים און דיינים, וועלכער מנהיג זאל מען אויפנעמען? "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ לִשְׁבָטֶיךָ" א מנהיג וואס שיינט אריין אין ענק 'דער אייבערשטער איז מיט דיר, דער אייבערשטער איז דא, רעד צו אים, בעט אים'.


אינטערעסאנט איז, ווען א תלמיד היכל הקודש רעדט מיט א פרעמדער, ווען יענער ווייסט נישט אז ער דרייט זיך אין רבינ'ס חדר, אין היכל הקודש - וועט יענער פרעגן: "דו ביסט ברסלב?" ווייל נאכן רעדן אפאר ווערטער און הערן ווי אין יעדע שמועס קומט אריין אייבערשטער, "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ" - ווייסט מען שוין אז דאס איז א ברסלב'ער.


עס איז א גרויסע שמחה פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל אז מיר האבן געעפנט די וואך נאך א שולע אין ארץ ישראל, מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין בני ברק; איך באקום צוריק זייער שיינע גריסן ווי די לערערינס ארבעטן געטריי, מען לייגט אריין אין די קינדער אמונה פשוטה מיט שמחה.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#76 - עס קומט חודש אלול, וואו האלט איך אויף דער וועלט?
חברים, חינוך הילדים, טעלעפאן, לימוד התורה, תכלית, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חודש אלול איז שוין ביים טיר, מען דארף זיך מאכן א חשבון, וואס איז מיין עיקר אין לעבן? וואס איז דאס מערסטע חשוב ביי מיר? מיין געלט? מיינע חבירים? די תורה? וואס איז חשוב'ער און וואס ווייניגער?


אנשטאט פארברענגען און פארברענען צייט מיט חברים, גיי אהיים צו דיינע קינדער, און נעם נישט מיט דיין אפיס (די סמ'-טעלעפאון) אין שטוב, אזוי וועסטו האבן סבלנות צו זיי, דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי, און חס ושלום נישט שלאגן; ווייל שלאגן קינדער איז נישט קיין חינוך, שלאגן קינדער איז אויסבלאזן די נערוון.


שלאג נישט דיינע קינדער, און זיכער נישט ווען דו ביסט איבערגעשטרענגט, ווייל אויב מען שלאגט די קינדער ווען מען איז איבערגעשטרענגט - קען דאס זיין א גרויסע סכנה, מען קען זיי מאכן בעלי מומין פאר זייער גאנץ לעבן. עס איז דא אסאך מעשיות צו דערציילן פון עלטערן און מלמדים וואס האבן געמאכט זייערע קינדער בעלי מומין פאר א גאנץ לעבן, לא עלינו.


חודש אלול דארף מען זיך מאכן א חשבון הנפש 'ווי האלט איך אויף דער וועלט? וואס טו איך אויף דער וועלט? וואס וועל איך ענטפערן אויף יענע וועלט?' וואס וועל איך ענטפערן ווען מען וועט מיך פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ" הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ" הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; נעם א משניות און יעדן טאג לערן אביסל תורה אפילו אן פארשטיין, נעם א גמרא און זאג די ווערטער פון די תורה; דאס וועט דיך רייניגן, אזוי וועסטו נישט פארשעמט ווערן בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#75 - די זומער איז אריבער, וואס איז דער פלאן אויף ווייטער?
תפילה והתבודדות, חברים, אמונה, תכלית, אמונת חכמים, חודש אלול, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די זומער איז אריבער, מען פאקט שוין די פעקלעך אהיים צו פארן, 'עבר קציר כלה קיץ', דעם קומענדיגן שבת איז שוין 'שבת מברכים אלול'; עס כאפט שוין א ציטער, מען גרייט זיך צום יום הדין, מען דארף זיך מאכן א חשבון, ווי האלט מען? וואס טוט מען? וואס איז דער פלאן אויף ווייטער?


גיי א שפאציר אליין מיטן אייבערשטן, שמועס זיך אויס דיין הארץ, קרעכץ זיך אויס, דערצייל דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי דו ביסט פארכאפט אינעם נעץ ביים יצר הרע, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.


רעד נישט מיט מענטשן וואס רעדן קעגן די אמונה, אויך אין ביזנעס זאלסטו נישט רעדן מיט די וואס פרעגן קשיות וכו' און מאכן ליצנות אויף די הייליגע אמונה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ליצנות, סימן ד): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת בָּאִים יִסּוּרִים", דורך ליצנות קומט יסורים אויפן מענטש, אויך פארלירט מען די פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "הַמִּתְלוֹצֵץ מְזוֹנוֹתָיו מִתְמַעֲטִין", מען פארלירט די געלט דורך ליצנות.


ווילסט שפע, ווילסט האבן אסאך געלט? דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיג): "עַל יְדֵי אֱמוּנַת צַדִּיקִים אֲמִתִּיִּים זוֹכֶה לְמָמוֹן הַרְבֵּה", דורך אמונת חכמים איז מען זוכה צו האבן אסאך געלט, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#74 - נישט אויסקוקן ווי די וואס כאפן זיך איין טאג נאקעט אליין
חינוך הילדים, תכלית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך לייג שלאפן מיינע קינדער יעדן טאג; איך בין זייער פארנומען, אבער דאס איז מיר וויכטיגער פון אלעס, איך זינג מיט זיי קריאת שמע און איך זיץ ביי זיי אין שטוב ביז זיי שלאפן איין.


איך וויל אז דו זאלסט דאס אויך טון, עס זאל דיר זיין חשוב, עס זאל דיר זיין די טייערסטע זאך, זאלסט דאס טון מיט הארץ און מיט געפיל. מאך זיך א חשבון וועסטו זען אז עס בלייבט נישט איבער פונעם מענטש גארנישט, עס איז אזא רחמנות אויף די וועלט, מענטשן לויפן נאך פיר און צוואנציג שעה - ווי דער רבי רופט עס - די בהמות, (מענטשן רופן עס אן געלט); מען לויפט און מען לויפט, מען זעט נישט די ווייב, מען זעט נישט די קינדער, מען זעט נאר געלט, און אינמיטן ווערט מען אלט און שוואך און מען זעט זיך איינער אליין.


נאך מעריב זאלסטו מיט קיינעם נישט רעדן נאר מיט דיין ווייב, אזוי וועסטו קענען גיין שלאפן פרי, אויפשטיין אין צייט און ברענגען פרנסה אין די ריכטיגע שעות, פארמאכן דעם טעלעפאן פינף אזייגער נאכמיטאג, זיין פארנומען מיט די שטוב און מיט דיינע שיעורים.


איך האב דיך ליב, איך וויל נאר דו זאלסט נישט אויסקוקן ווי די וואס כאפן זיך אויף דער עלטער נאקעט אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - איך ענדיג בויען א הויז, און איך הויב שוין אן בויען א נייע
סיום, תכלית, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיך לאדענען צו די חנוכת הבית וואס איך מאך קומענדיגע וואך, איך ענדיג קומענדיגע וואך בויען מיין נייע הויז; איך בוי זיך נאך א הויז אין גן עדן, מסכת בבא מציעא, מיר גייען מסיים זיין קומענדיגע וואך מיטוואך. עס איז מיר א גרויסע שמחה און פרייד צו קענען אוועק לייגן אויף דער עלטער אסאך הייזער, אסאך בנינים, איך זאל נישט דארפן אויסגיין פון הונגער אויף דער עלטער.


אויך וועט זיין די הנחת אבן הפינה פאר א פרישע הויז וואס איך וויל זיך בויען, א נייע מסכתא, מסכת בבא בתרא. איך וויל אריינגיין מיט דיר אין שותפות, זאלסט אויך האבן אין די נייע דעוועלאפמענט אן אייגענע הויז אויף דער עלטער, זאלסטו אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג גמרא, וועסטו זיך נישט שעמען - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט.


לאך נישט, ווייל פון דיינע הייזער וואס דו פרובירסט כאפן נאך איינס און נאך איינס - ווייס איך נישט וואס וועט בלייבן פון דעם, אבער די הייזער פון ענדיגן נאך און נאך מסכתות - דאס בלייבט אויף אייביג.


פרטים יבואו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - זיך פירן צו מענטשן מיט גוטנס
חברים, אמונה, רעדן, תכלית, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין, מען האט זיך זייער געשטארקט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט מעשה ד, מעשה ניסים, אז דער קעניג וואס האט געפירט די מדינה שארף איז געשטארבן, און זיין זון איז געווארן קעניג און ער האט אנגעהויבן פירן די מדינה מיט גוטנס, ווייל ער האט געזען ווי מען האט געוואלט אויסרייסן זיין טאטע. מיר האבן גערעדט אז דער רבי וויל אונז דא לערנען אז מען זאל זיך פירן צו מענטשן מיט גוטנס, נישט מיט די שארפע וועג; סיי מיט די ווייב, סיי מיט די קינדער און מיט חברים, זיך פירן ווייך, זיס און גוט, ווייל מענטשן האבן מער ליב די וועג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כט): "טוב הכל חפצים", יעדער האט ליב צו הערן א גוט ווארט, יעדער האט ליב די פרייליכע וועג, די זיסע וועג, און אויב מען זעט אז מען האט יא גע'פועל'ט מיט שלעכטס, זאל מען וויסן אז מיט גוטן וואלט מען בעסער אנגעקומען.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם וואס דער מלך האט געפרעגט ביי די שטערן זעערס פון וואס ער זאל זיך היטן, האט מען אים געזאגט "פון אן אקס און פון א לעמעלע וכו'"; מיר האבן גערעדט אז מענטשן זוכן וועגן ווי מען קען זיין פארזיכערט צו בלייבן לעבן, פארזיכערט מיט געלט, פארזיכערט מיט די קינדער; די איינציגסטע וועג צו זיין פארזיכערט איז - אז מען גייט יעדן טאג אין שול אנטון טלית און תפילין, וואס ווערט געמאכט פון אן אקס און פון א לעמעלע, אזוי ווי דער רבי פירט אויס די מעשה, אז דאס איז די זאך פון שור ושה, נאר דאס איז זיכער; נאר טלית ותפילין, שחרית מנחה מעריב, תורה ותפילה - דאס איז וואס האלט די דורות הבאים.


שבת ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפד): "כְּשֶׁאֶחָד מְדַבֵּר עִם חֲבֵרוֹ בְּיִרְאַת שָׁמַיִם נַעֲשֶׂה אוֹר יָשָׁר וְאוֹר חוֹזֵר", ווען מען רעדט מיט א חבר פון יראת שמים ווערט ליכטיג פאר דעם חבר און אויך ווערט אים אליין אויך ליכטיג, און אמאל קען זיין ווען דער חבר איז בקטנות הדעת און די דיבורים רעדן נישט צו יענעם, איז אבער דא דער אור חוזר, און פארן מענטש אליין ווערט זייער ליכטיג; מיר האבן זיך מחזק געווען מען זאל אין שטוב אלץ זאגן די ווערטער: "דער אייבערשטער וועט העלפן", און ווען די ווייב קרעכצט: "וואס וועט זיין?" זאל מען זאגן: "דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן", און אז זי וויל נישט אננעמען די ווערטער - איז אויך כדאי, ווייל דער אור חוזר איז זייער וויכטיג, מען באקומט זייער אסאך חיזוק און אמונה, זייער אסאך בטחון - ווען מען זאגט פאר א צווייטן די יראת שמים ווערטער: "דער אייבערשטער וועט העלפן, דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן", און דער רבי זאגט אינטערעסאנט: "אִם הָיָה מְדַבֵּר אֵלּוּ הַדִּבּוּרִים בֵּינוֹ לְבֵין עַצְמוֹ", וואלט דער מענטש געזאגט צו זיך אליינס 'דער אייבערשטער וועט העלפן', "יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא הָיָה מִתְעוֹרֵר מֵהֶם כְּלָל", קען זיין עס וואלט אים נישט געשטארקט, עס וואלט אים נישט ליכטיג געמאכט, "וְעַל יְדֵי שֶׁדִּבְּרָם לַחֲבֵרוֹ, נִתְעוֹרֵר מֵהֶם", אבער ווען מען רעדט צו אנדערע, מען שטארקט יענעם מיט דיבורי אמונה - "אַף שֶׁחֲבֵרוֹ לא נִתְעוֹרֵר", אפילו דער חבר ווערט נישט איבערגענומען פון די שמועס, "כִּי חָזְרוּ אֵלָיו", קומט עס אבער צוריק צו אים, און ער ווערט א נייער מענטש פול מיט אמונה.


דאס איז וואס רש"י זאגט די וואכעדיגע פרשה, "אמור ואמרת, 'להזהיר גדולים על הקטנים'", להזהיר איז א לשון פון שיינען, פון ליכטיג ווערן; ווי אזוי קען מיר ווערן ליכטיג? ווי אזוי קען איך ארייננעמען אין מיר אז וואס איך גיי יעצט אריבער איז נישט עק וועלט? - להזהיר גדולים, ווי אזוי? על הקטנים, רעד צו א צווייטן, אפילו יענער איז בבחינת קטנים, קטנות הדעת - וועט דיר אבער ווערן ליכטיג.


טייערער ברודער, וויפיל זענען מיר שולדיג דעם אייבערשטן אים צו דאנקען און לויבן פאר די חסד אז מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר קריגן נישט אויפן רבי'ן, מיר האבן די ספרים, די עצות, די תלמידים; מיר דארפן נאר פאלגן די עצות, לערנען דעם רבינ'ס ספרים און פאלגן - וועלן מיר זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#71 - פסח איז א צייט פון חינוך הילדים
חינוך הילדים, תכלית, פסח, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פסח איז א צייט פון חינוך הילדים, אלעס פונעם ליל הסדר דרייט זיך ארום די קינדער, פסח איז א צייט וואס דער טאטע רעדט צו די קינדער פון אמונה.


עס שטייט פון צדיקים, ווי אזוי מען פראוועט דעם ליל הסדר – אזוי וועט זיין די גאנצע יאר, וויל איך דיר זייער בעטן דו זאלסט טוישן דיין מהלך המחשבה; ביז אהער טראכסטו אז דיינע געשעפטן זענען דאס וויכטיגסטע און די קינדער מאכן נערוועז, יעצט זאלסטו מאכן פארקערט, די קינדער זאלן זיין דאס וויכטיגסטע און זאלסט ווערן נערוועז פון דארפן גיין ארבעטן, זאלסט זיך פרייען ווען עס ווערט פינף אזייגער אז דו ביסט באפרייט פון די צייטווייליגע שטותים און דו קענסט אהיימגיין צו חיים נצחיים, אויפשטעלן דורות נאמנים לה' ולתורתו.


טייערער ברודער, דיינע קינדער, דיינע דורות – זאלן דיר זיין דאס חשוב'סטע זאך, ביסט שוין גענוג נאכגעלאפן די בהמות (עיין ספורי מעשיות, מעשה יא), יעצט פסח זאלסטו ווערן באפרייט און אנהויבן לעבן א זיסע ערליכע לעבן, מחנך זיין די קינדער צו תורה און צו מעשים טובים.


א פרייליכן כשר'ן יום טוב.

#70 - נישט משנה זיין פון די מנהגים, לייג נאר צו חיות און שמחה
היכל הקודש, תכלית, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, י' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מנהגי ברסלב, מנהגי היכל הקודש - איז נאר די איין זאך, וויסן אז מען וועט איין טאג דארפן אוועקגיין פון דער וועלט; ווען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן וועט קומען און צונעמען די נשמה - וועט גארנישט נוצן, נאר אז מען האט זיך אנגעגרייט יעדן טאג מיט גוטע זאכן, מען האט זיך מתבודד געווען און געלערנט שיעורים כסדרן, און געטון פאר אנדערע - דאס וועט מען מיטנעמען מיט זיך.


מאך ווי אזוי ענק האבן זיך געפירט ביז אהער, זיי נישט משנה פון די מנהגים ביז אהער, לייג נאר צו חיות און שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - וואס האט מען פון נאכלויפן די וועלט?
הפצה, לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


דו שמועסט דאך יא מיט מענטשן, קענסטו זיין פרעגן: "וואס?"


דאס האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רפו), מען וואלט ווען געדארפט פרעגן מענטשן וואס טראכטן נישט פון תכלית: "וואס?" וואס האט מען פון נאכלויפן די וועלט? וואס וועט בלייבן פון אלע נארישקייטן? וואס וועסטו ענטפערן אויבן ווען מען וועט דיר פארהאלטן: פארוואס האסטו נישט געלערנט? פארוואס האסטו נישט כאטשיג איינמאל געענדיגט די תורה?


טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, בפרט אין ספר הקדוש אשר בנחל, וואס איז בעצם די ספרים פון רבי'ן, עצות פון רבי'ן, שכל פון רבי'ן, חיזוק צוריק צו קומען צום אייבערשטן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים – וועקט מען זיך אויף פון שלאף, מען הויבט אן בענקען צום אייבערשטן.


זיי עוסק אין הפצה, פארשפרייט פאר אלע דיינע חברים די ספרים פון רבי'ן, דו קומסט פון א גוט פלאץ, חסידי סאטמער זענען זייער טייער און מיט די עצות פון רבי'ן קען יעדער אנקומען צו הויכע מדריגות.

#68 - קיינער בלייבט נישט מיט די געלט
עבודת השם, תכלית, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא) "די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן", קיינער בלייבט נישט מיט די געלט, מען מיינט א גאנצן צייט 'יעצט פארדין איך, יעצט מאך איך געלט', "וּלְבַסּוֹף כְּשֶׁבָּאִין לְחֶשְׁבּוֹן", נאכדעם ווען מען רעכנט אויס, "אֵין נִשְׁאָר בְּיָדָם כְּלוּם", זעט מען זיך אן קיין געלט.


נאר דינען דעם אייבערשטן – דאס איז תכלית, גיין אין שול דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, לערנען בכל יום מקרא, משנה, גמרא, הלכה, מדרש, וספרי רבינו, און זיך מתבודד זיין, דערציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, אלעס וואס דער יצר הרע מאכט משוגע בדיבור, במעשה, במחשבה; נאר דאס איז תכלית.


טייערער ברודער, אשרינו שיש לנו רבי וואס איז אונז מחי' ומחזק, און וועקט אונז אויף פון שלאף.

#67 - גרייט זיך אן עפעס פאר שפעטער
לימוד התורה, תכלית, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחי' און מחזק מיט די עצות פון משיח. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו), צווישן אים און משיח איז נישטא קיין חילוק, וואס איך זאג - וועט משיח זאגן, איין חילוק איז דא, אז ביי מיר איז נאך דא די בחירה און ביי משיח וועט שוין נישט זיין קיין בחירה; די עצה פון שמועסן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען שמועסט מיט א פריינד, משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט מען זאל נישט גיין צו קיינעם, מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם - נאר אויפן אייבערשטן, דאס לערנט אונז דער רבי שוין יעצט.


גרייט זיך אן עפעס פאר שפעטער, עס קומט א צייט וואס מען וועט אונז אויסטון אונזערע קליידער און אריינלייגן אין קבר, דארט נעמט מען גארנישט מיט, דארט איז חשוב נאר תורה ומצוות ומעשים טובים, דארט איז ווערד א פרק משניות, א בלאט גמרא וכדומה.


לערן יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא והלכה, נאר דאס בלייבט פונעם מענטש, נעבעך פאר איינעם וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל תורה, דער איז דאך דער גרעסטער ארעמאן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.) אויפן פסוק (ישעיה ג, ז): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה, 'זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד'", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא, דער מענטש איז דער גרעסטער ארעמאן.


יעצט קען מען לאכן, ווער עס וויל לאכן זאל קומען און לאכן הויך אויפן קול, איך וועל ווייטער זאגן משניות און זאגן בלעטער גמרא, ווייל לאכט און לאכט, אבער געדענקט: לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף; ווען דער גרויסער שרעקעדיגער מלאך וועט קומען אויסגעצויגן פון דער ערד ביזן הימל מיט די שווערד אין זיין האנט און מיט די טויזנט אויגן, און ער וועט אוועקנעמען די נשמה - דעמאלט וועט מען זען ווער עס לאכט, דער וואס האט יעדן טאג געלערנט חומש, משניות, גמרא און דעם רבינ'ס ספרים - דער וועט נישט מורא האבן, דער וועט גיין אין גן עדן זיצן מיט די צדיקים, און דער וואס האט טאג און נאכט געלאכט פון די ערליכע אידן, פון די ברסלב'ע חסידים, פון תלמידי היכל הקודש, צדיקי הדור - די וועלן זיין לחרפה ולדראון עולם.


היינט וועט זיין די ליל שישי שיעור פריער ווי אלע וואכן, עס וועט זיין אכט אזייגער, לכבוד די שמחה, די שבע ברכות - ביי מיין זון החתן שמעון נרו יאיר. איך וויל זאלסט קומען זיך מחזק זיין און זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן.


די וואך שבת וועל איך זיין אין שטעטל פאר די שמחה פון מיין זון, החתן שמעון'ס שבת שבע ברכות, און די קומענדיגע וואך שבת יארצייט פון מוהרא"ש וועלן מיר זיך צוזאמנעמען אלע תלמידים אויף א שבת התוועדות, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, און מוצאי שבת וועט זיין די הכנסת ספר תורה מיט די יארצייט סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - א שאד דיינע שיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט גארנישט
חנוכה, התחדשות, סדר דרך הלימוד, תכלית, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חנוכה איז א צייט וואס מען קען זיך באנייען, אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, וויל איך דיך מחזק זיין זאלסט זיך באנייען מיט דיין עבודות השם, בעיקר מיטן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים, מאך זיך א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיינע ספרים. "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן".


איך בעט דיך זייער, לאז אפ דיינע חכמות, פאלג דעם רבי'ן בתמימות. נעם אן דעם סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג שיעורים כסדרן בכל התורה כולה; מקרא, משנה, גמרא - בבלי ירושלמי, תוספתא, ועוד; לאז זיך נישט נארן, וואס בלייבט פון אלע נארישקייטן? נאר תורה בלייבט.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכטע האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" פאר יעדן איינעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", אבער ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע", אזוי אויך – זאגט דער רבי – איז מיטן יצר הרע, "שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן, ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


וואו האלסטו אין משניות? וואו האלסטו אין ש"ס? א שאד דיינע שיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט גארנישט; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, 'די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן'; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#65 - איך האב זיך מחי' געווען אין שטעטל און אין ישיבה קטנה
שכר לימוד, חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, הדפסה, שטעטל, סדר דרך הלימוד, תכלית, ישיבה, האטליין, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק געקומען פון שטעטל, איך באקום אזויפיל חיות יעדע מאל איך גיי דארט באזוכן, זען דאס שיינקייט פון אנשי שלומינו.


איך בין ארויסגעפארן פארטאגס, זעקס אזייגער, איך בין געגאנגען אין מקוה איידער איך בין ארויסגעפארן, איך בין געווען כמעט א גאנצן טאג אין אונזער נייע ישיבה. איך בין אנגעקומען נאך פאר די בחורים קומען אן, איך האב געלערנט מיינע שיעורים. בערך ניין אזייגער קומען די בחורים אן, איך האב אלע באגריסט און אלע האבן זיך געזעצט לערנען אזוי ווי דערוואקסענע מענטשן, אן קיין משגיח, אן קיין טרייבער, יעדער איינער ווייסט וואס ער האט צו טון; איינער מיט חומש, א צווייטער מיט א משניות, איינער מיט א גמרא און א צווייטער מיט א תהילים; א תענוג דאס צו זען.


מיר האבן געדאווענט אינאיינעם שחרית, און געגעסן פרישטאג, געשמועסט אינאיינעם. נאך פרישטאג האבן זיי א שיעור פון זייער מגיד שיעור, בין איך אריבערגעגאנגען אינעם בית הדפוס. ווען מען פארט אריבער דעם בנין פונדרויסן זעט מען גארנישט, עס זעט אויס ווי א שטילע ליידיגער בנין, אבער אינעווייניג טוט זיך א מעכטיגע אפעראציע, מען דרוקט טויזנטער ספרים, גליונות, אלע סארטן. אויבן זיצן אינגעלייט, איינער פירט דעם האטליין קול ברסלב וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן נעמען לופט טאג טעגליך צו אטעמען, א צווייטער מאכט דעם שטעטל בלעטל, אויך איז דא אין באזונדערע אפיסעס ווייבלעך וואס ארבעטן פאר הדפסה, איינער מאכט די בריוו אויף ענגליש, א צווייטע שטעלט אויס דעקלעך פאר אלע ספרים, אויך דער כולל אפיס געפינט זיך דארט, נאכדעם דער מנהל פונעם בית הדפוס און דער פאנדרעיזער. איך האב געקלאפט א מזוזה אויף די נייע אפיסעס, אויך האט מען מכבד געווען דעם נדבן מיט קלאפן א מזוזה, אויך דער פאנדרעיזער פונעם כולל. מיר האבן אביסל גערעדט דארט, זיך מחזק געווען מיט שיחות פון הייליגן רבי'ן.


איך בין גלייך צוריק געגאנגען אין ישיבה לערנען מיט די בחורים סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אויך האב איך געגעבן א שיעור גמרא, פארגעלערנט דעם בלאט. נאכדעם האבן מיר שפאצירט צום גראסערי, איך האב געזאגט יעדן בחור ער זאל עפעס נעמען און איך וועל דאס באצאלן; מען מוז אזוי מאכן, מען קען נישט נאר זאגן "לערן", "דאווען", "קוק אריין אין סידור", "שאקל זיך", מען מוז אויך שפאצירן, געבן גוטע זאכן, מאכן א לופטיגע פרייליכע אטמאספער, און אזוי קען מען נאכדעם פועל'ן לערנען און דאווענען.


עס איז זייער וויכטיג פאר אלע וואס טוען אין חינוך, און אויך פאר עלטערן אין שטוב; מען קען נישט נאר זאגן "טו נישט", "מאך נישט", "גיי נישט", עס מוז זיין א געשמאקע לופט, מען דארף טון אסאך פרייליכע זאכן און געבן א סאך גוטע ווערטער, און אינדערמיט זאגט מען "מאך אזוי", "טו אזוי", "גיי אזוי"; און נאר מיט אסאך תפילה און בקשה זעט מען פירות.


מיר האבן געדאווענט מנחה און נאך אביסל פארברענגט מיט שיינע שיחות און שיינע שמועסן.


פון דארט בין איך געגאנגען צום נייעם קימפעטארין היים, אונזער "ילד שעשועים". דארט איז פארגעקומען א חנוכת הבית מיט א קביעות מזוזה אינאיינעם מיט א שבע ברכות פאר משפחת אפפעל און משפחות ברוין, איך האב געלייגט א מזוזה און מכבד געווען ר' אייזיק אפפעל וואס ער מיט זיין ווייב האבן גענומען דעם פראיעקט, זיי לייגן אריין זייער גאנצע הארץ און נשמה. אויך האב איך מכבד געווען יואל הכהן חבר הנהלה - זאל לייגן א מזוזה, ווייל ער שטייט אונטער די גאנצע זאך, עס איז אים צו פארדאנקען פון אנהויב שטעטל ביז יעצט, יעדע זאך איז אים צו פארדאנקען.


דערנאך האבן מיר זיך געוואשן צו א סעודה, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן פון רבי'ן. דער רבי העלפט אונז לעבן ברוחניות און בגשמיות, דער רבי מאכט אונז לערנען, ער דערמאנט אונז פונעם אייבערשטן, ער מאכט אונז טראכטן פון עלמא דאתי, עס קומט נאך א וועלט, און אין די זעלבע צייט העלפט ער אונז לעבן אין שטוב מיט א ווייב און קינדער, מיר קענען חתונה מאכן די קינדער פשוט, איידל און באשיידן.


איך בין יעצט אהיים געקומען, איך האב געהאלפן לייגן שלאפן מיינע קינדער. מען האט מיר געבעטן אין שטעטל איך זאל נאך קומען דא, און נאר דא, און נאר איין מינוט דא, אבער אהיים גיין העלפן די ווייב איז נאך מער וויכטיגער פון אלע זאכן.


איך בעט דיר זייער, דו זאלסט אויך אזוי טון, גיי אהיים, לאז אלעס אפ, אפילו מען וועט דיר פארנארן 'קום דא', און 'גיי דא', און 'מען מוז וכו' וכו'; דו גיי אהיים, רעד צו דיינע קינדער. פרעג יעדן טאג דיינע קינדער אויב זיי זענען דרך ארץ'דיג; זיי זאלן זען אז דאס איז נישט קיין שפיל, און דאס מוז זיין.


אונזערע מוסדות איז יעצט אין א שווערע מצב, מען האט נישט צו באצאלן די איינגעשטעלטע. די בחורים אין ישיבה אין שטעטל זיצן מיט די מאנטלעך פארפרוירן, איך בין היינט דארט געווען און אויך געזיצן אין די קעלט מיט זיי, ווייל עס איז נישטא קיין געלט צו מאכן הייצונג. קען זיין איך בין שולדיג אז איך האב נישט געלאזט בעטן קעמפ געלט, איך האב געוואלט טון א טובה פאר אנשי שלומינו, זאלן נישט דארפן צאלן טויזנטער דאלער; דער אדמיניסטראטאר רפאל זאגט, איך האב אוועק גענומען א פערטל מיליאן דאלער פון די מוסד מיטן נישט לאזן בעטן קעמפ געלט, אבער יעצט זע איך אז שכר לימוד צאלט מען אויך נישט, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, איז ווי אזוי וועל איך ווייטער קענען אנגיין מיט די מוסד...


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו זאלן צאלן שכר לימוד און זיך נישט שפילן מיט דעם, איך האב געדארפט טון די וואך א זאך וואס איך האב נישט געוואלט טון, מיר האבן צוזאמגענומען אלע טיטשערס און געזאגט מען גייט אראפ מיט די געהאלט, א גוטע פאטש אין פנים פאר מיר; גלייב מיר, איך בין גוט פארשעמט פון דעם. די מנהלת תחי' פרעגט, וואס גייט דא פאר? וואס זאל איך טון, אז אנשי שלומינו מאכן זיך נישט וויסנדיג פון די קינדער - איז נישט.


מארגן וועט זיין דער ליל שישי שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש אין לינדען ניו דשערזי אינאיינעם מיט א חנוכת הבית המדרש און סיום מסכת קידושין, סיום חצי ש"ס.


מאך א שיינע סיום אין שטוב, זאלן דיינע קינדער זען אז זייער טאטע לערנט תורה, ווייז זיי וואס איז חשוב; ביז אהער ווייסן זיי שוין אז א קאר איז זייער א חשוב'ע זאך, ווייל פון דעם רעדט מען טאג און נאכט. אויך ווייסן זיי אז האבן אן אייגענע הויז איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין לעבן, ווייל פון וויגעלע הערן זיי רעדן ווען גייט מען שוין קויפן א הויז, און מען קויפט שוין וכו' וכו', יעצט איז געקומען די צייט זאלסט זיי ווייזן וואס איז טאקע חשוב; מאך א סיום, נעם צוזאם די קינדער פון שטוב ביי נאכטמאל וכדומה, און זיי מסיים, געב א גוטע נאש, און זינג און טאנץ: "א מחי' א בלאט גמרא!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - נאר אז מען האט א צדיק וואס חזר'ט אמונה, קען מען זיך ראטעווען
אמונה, צדיקים, חסידות ברסלב, לימוד התורה, תכלית, חשבון הנפש, לשון הרע, ליצנות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע ליבע ברידער פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


פרשת נח איז א לימוד פאר אונז ווי אזוי מען קען זיך ראטעווען פון די מבול אין יעדן דור, דער מבול איז נישט נאר געווען אין נח'ס צייט, דער מבול איז אין יעדע דור בכלליות און ביי יעדע מענטש בפרטיות, און נאר אז מען האט א צדיק וואס חזר'ט מיטן מענטש אמונה - קען מען זיך ראטעווען.


מיינע טייערע ברידער, עס איז א גרויסע נס יעדן טאג וואס מיר זענען נאך אלץ מקורב און מיר האבן די תמימות, מיר לערנען און פאלגן וואס דער רבי לערנט אונז. מען דארף יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען דארף יעדן טאג טאנצן: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", און ווען מיר זעען א חבר זיך אפקילן פון רבי'ן, מיר זעען ווי דער האט מער נישט די געפיל, און דער איז שוין ביי די לצים, און מען וואונדערט זיך 'ווי קען זיין אזא זאך? ווי קען זיין זיך אפקילן?' דארף מען זיך ענדערש וואונדערן 'ווי קען זיין אז איך האב נאך יא די זכי' צו זיין ביים צדיק? ווי קען זען אז איך וואס איך דארף נאך אזויפיל תשובה טון - האב די זכי' צו וויסן פון אזא רבי?' אזוי פלעגט רבי נתן זיך אלץ פארוואונדערן, "ואני – איך ווי אזוי איך בין און ווער איך בין, וואס עפעס לאזט מען מיר קומען צו אזא רבי? דאס איז ברוב חסדך אבוא ביתך – דאס איז חסדים פונעם אייבערשטן".


טייערע חברים, טייערע ברידער, אז איר הערט לשון הרע אויף צדיקים זאלט איר זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה) דאס וואס מען הערט רעדן אויף צדיקים לשון הרע, אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם די הייליגע אמונה - דאס איז נאר ווייל מען וויל דעם מענטש צוריק האלטן פון קענען תשובה טון צוליב זיינע פיל זינד. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא), דער שווער פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט פארן צו צדיקים, קודם איז ער געווען ביים הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס די חסידים דארט רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, עס האט אים זייער געשטערט. האט ער געטראכט אז ער וויל גיין צום צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים לצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו; ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו צדיקים און ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן אלע צדיקים. ער פלעגט יעדן טאג מאכן א סעודה מיט זיינע קינדער און זיי אנווארענען זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט צדיקים, און ווען רבי נתן האט חתונה געהאט פלעגט ער אויך מיטהאלטן די סעודות און הערן פעך און שוועבל אויף צדיקים.


עס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס רעדט מען אויף צדיקים? וואס איז די מחלוקות, וואס פעלט דאס אויס? און ווען ער איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט ער געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), דעמאלט איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


וואס מיינט איר, ווער רעדט אויף צדיקים? ווער זענען די וואס רעדן אויף צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, זיי זענען גרייט אלעס צו פארלירן, אבי נאך א איד זאל לעבן א זיסע לעבן, לערנען די הייליגע תורה, זיך מתבודד זיין און פירן א שטוב מיט קדושה וטהרה? ווער רעדט? נאר בעלי עבירה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סא) ווער עס רעדט אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט - איז א סימן אז דער מענטש איז א בעל עבירה. דער רבי זאגט, דאס איז פשט וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין כא:): "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים, "נידון בצואה רותחת", וועט באשטראפט ווערן מיט די סארט גיהנום; זאגט דער רבי פשט, "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים - "נידון בצואה רותחת" איז א סימן אז דער מענטש איז ווייט פונעם אייבערשטן, זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן.


מיינע ליבע ברידער, איך בענק זיך זייער צו ענק, איך וויל שוין קומען אייך באזוכן, איך האף צום אייבערשטן איך וועל אייך נאך טרעפן, איר וועט אכטונג געבן פון לצים וואס רעדן קעגן הייליגע צדיקים. טענה'ט נישט מיט קיינעם, מאכט אייך א חשבון 'ווער ברענגט מיך צו די תורה, ווער שלעפט מיך צום חומש, צום משניות, צו די הייליגע גמרא? ווער שלעפט מיך אין שול דאווענען? ווער איז מיך מחזק ווי צו רעדן אין שטוב? ווער לערנט מיך חכמת החיים ווי זיך אכטונג געבן פון מענטשן? זיך אכטונג געבן פון חובות, וויסן ווי צו לעבן, און נאך טויזנטער טויזנטער זאכן? זאל איך גיין אויסהערן לצים וואס ווילן באמת רעדן קעגן דעם אייבערשטן?' דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח) אויפן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי לייגן זייער מויל אין הימל, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", און זייער צינג גייט אויף דער ערד, די וואס רעדן אויף צדיקים - זיי ווילן רעדן אויפן אייבערשטן, אבער זיי שעמען זיך צו רעדן קעגן דעם באשעפער, רעדן זיי אויף צדיקים. דאס איז פשט אין פסוק "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", דאס וואס זיי רעדן מיטן מויל - ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן, נאר זיי שעמען זיך צו רעדן אויפן אייבערשטן - "לְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף צדיקים, אבער באמת "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם".


מיינע הארציגע ברידער, שטארקט אייך מיט די עצות פון רבי'ן, גייט יעדן טאג אביסל שפאצירן און זייט אייך מתבודד, רעדט צום אייבערשטן אויף אייער שפראך. בעט אים אלעס וואס שטערט, אלעס וואס באדערט, דערצייל אלעס, און אנטלויפט צו די הייליגע תורה. מאכט אייך שיעורים אין חומש, משניות, גמרא וכו' וכו', און רעדט נישט מיט די אפגעקילטע חסידים, וועט אייך גוט זיין בזה ובבא, און אז נישט איז א גרויסע רחמנות. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און ווערן נישט מקורב, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן – (וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


איך ווארט צו הערן פון די מצב המלחמה, אויב עס איז א צייט איך זאל קומען.


א גוט שבת.

#63 - מיר זענען דא פאר א קורצע צייט, מיר דארפן זיך אנגרייטן
תכלית, שיעורים כסדרן, דירה, סוכות, מעביר סדרה, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין יום טוב סוכות אין ישיבה אין וויליאמסבורג, אויך וועט אם ירצה ה' פארקומען מאנטאג נאכט ביים רבינ'ס יארצייט - א סעודה אין די סוכה פון די ישיבה.


מיר בויען די סוכה, מיר גייען ארויס פון דירת קבע און מען גייט אריין אין די דירת עראי; דאס קומט אונז לערנען מען זאל געדענקען אז די גאנצע לעבן איז עראי, מיר זענען דא פאר א קורצע צייט און מיר דארפן זיך אנגרייטן א דירת קבע אויבן אין הימל פאר די נשמה, דורך לערנען און דאווענען.


דעריבער בעט איך דיר טייערער ברודער, כאפ זיך צוריק, הויב אן דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה. ענדיג מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה, אויך משניות און גמרא; בוי זיך א פעסטע דירה וואס וועט האלטן פאר אייביג פאר דיין נשמה.


קויף ד' מינים פאר דיינע זין, זאג נישט עס קאסט אסאך; די גאנצע מטרה פון געלט איז נאר פאר די טעג פון יום טוב פאר מצוות, אינמיטן ווינטער איז נישטא וואס צו טון מיט די געלט; יעצט איז די צייט אויסצוגעבן פאר א סוכה, פאר ברעטער, סכך, נוי סוכה, שלאק און פאר ד' מינים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#62 - נאר מיט'ן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, איז מען א ברסלב'ער חסיד
חסידות ברסלב, תכלית, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ג', ב' דחול המועד סוכות, י"ח תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז דעם הייליגן רבינ'ס יארצייט. געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז אזויפיל מאל געזאגט, מען קען נישט זיין קיין ברסלב'ער חסיד - נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל קענען מקיים זיין וואס דער רבי פארלאנגט פון אונז.


טייערער ברודער, לערן יעדן טאג אביסל פון רבינ'ס ספרים, לקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן; נאר אזוי קען מען האבן שייכות מיט'ן רבי'ן. סתם זיך דרייען אין ברסלב - מיט דעם האט מען נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן, מיט דעם איז מען נאכנישט קיין ברסלב'ער חסיד, מען מוז לערנען די ספרים, נאר אזוי האט מען א שייכות מיטן רבי'ן. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפינט זיך אין זיינע ספרים.


מוהרא"ש דערציילט, רבי נחמן טולטשינער האט אמאל געכאפט א היטש מיט א איד יוסל פאראנטשיק, דער יוסל זאגט פאר רבי נחמן טולטשינער: "איך האב געקענט דעם רבי'ן", רבי נחמן איז געווארן זייער פרייליך און ער האט אים אביסל מקנא געווען, איז ער געקומען צו רבי נתן און אים געזאגט אז ער האט געטראפן איינעם יוסל פאראנטשיק וואס האט געקענט דעם רבי'ן, זאגט אים רבי נתן: "יוסל פאראנטשיק האט נישט געקענט דעם רבי'ן, ער האט נאר געזען דעם רבי'ן, אבער דו קענסט דעם רבי'ן, ווייל דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן"; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן - דער קען דעם רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד; אבער אז מען לערנט נישט די ספרים - האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


יעצט ווען מיר זיצן אין די שאטן פון באשעפער, אין די הייליגע סוכה - זאלסטו זיך בארעכענען 'וואס טו איך אויף דער וועלט, און וואו בין איך אין דער וועלט?' דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן", אז א יאר איז אריבער און מען האט נישט געלערנט חמשה חומשי תורה - דאס הייסט גע'נארט, אז די יאר איז אריבער און מען האט נישט געדאווענט יעדן טאג שחרית מנחה מעריב מיט מנין, מען האט נישט געליינט קריאת שמע, נישט געזאגט תיקון חצות, נישט גערעדט יעדן טאג דיבורים צום אייבערשטן - דאס הייסט גענארט. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בתחלת ספר עלים לתרופה): "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


א גוט קוויטל.


 


 


 


 


 


 

#61 - מאך נישט קיין פלענער, טו צו דער זאך
שטעטל, לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ברוכים הבאים בשם השם, מיר פרייען זיך זייער פאר אזא חשוב'ע משפחה ביי אונז אין שטעטל, דער אייבערשטער זאל ענק באגליקן ענק זאלן קענען ערציען אין שטעטל ענקערע קינדער לתורה ויראת שמים.


טייערער ..., זיי זיך קובע צו לערנען פארטאגס; אין שטעטל איז דא צוויי וועגן, אדער קען מען זיין א גרויסער צדיק, אדער א גרויסער ליידיגגייער; אזוי האט רבי נתן געזאגט: "אין וואלד קען מען זיין אדער א גרויסער צדיק, זיך מתבודד זיין און עוסק זיין אין לימוד התורה, אדער זיין א גרויסער הולטיי"; בעט איך דיר זאלסט גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס, אז מען גייט שלאפן פרי – קען מען נאך זאגן תיקון חצות פארטאגס, נאכדעם לערנען אפאר שעה שיעורים כסדרן און נאכדעם אנהויבן דעם טאג.


מאך נישט קיין פלענער, טו צו דער זאך. עס זענען דא אינגעלייט וואס וואוינען שוין פיר יאר אין שטעטל און קענען זיך נישט צוזאמנעמען אויפצושטיין לערנען; טו צו דער זאך, זיי זיך קובע צו גיין שלאפן פרי, טו גארנישט ביינאכט.

#60 - וואס פאר א קינדער וויל איך, מיט טעלעפאנ'ס און ברענעדיגע נסיונות?
קינדער, טעלעפאן, נסיונות, משיח, תכלית

בעזרת ה' יתברך- ב' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


וואויל איז אייך אז איר האט אוועק געווארפן די טעלעפאן, און איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט קענען ביישטיין די שווערע נסיון וואס מען פרובירט אונז אויס איידער משיח קומט, איר וועט האבן א ריינע שטוב אן קיין טעלעפאן, צו קענען מקבל זיין פני משיח צדקינו.


איר האט דאך געזען אביסל וואס א מענטש איז; די שטיק צייט וואס איר זענט געווען אין שפיטאל - האט איר דאך געזען וואס דאס לעבן איז, ווי פון איין מינוט צום צווייטן איז מען אויס; דארף אייך זיין גרינגער צו טראכטן פון תכלית.


ווען עס קומט אייך א נסיון – זאלט איר טראכטן פון אייערע דורות, טראכטס: 'ווי אזוי וויל איך מיינע קינדער זאלן זיין? וואס פאר א קינדער וויל איך? קינדער מיט טעלעפאנ'ס מיט ברענעדיגע נסיונות - אדער ריינע זויבערע קינדער וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן, זיין געטריי דעם אייבערשטן?'


יעדע אידישע מאמע וועט זאגן 'איך וויל ענדערש ערליכע דורות'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#59 - א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן
שמחה, התחזקות, נסיונות, ישוב הדעת, תכלית, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס מיינסטו, נאר דיך פרובירט מען אויס? מען פרובירט אויס יעדן איינעם. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "דִּבֵּר עִמָּנוּ כַּמָּה פְּעָמִים מֵעִנְיַן יִסּוּרֵי עוֹלָם הַזֶּה, שֶׁכָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים, אֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", עס איז נישטא קיינער וואס זאל האבן עולם הזה, "וַאֲפִלּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים וַאֲפִלּוּ הַשָֹֹּרִים, אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אפילו די גרויסע עשירים און גרויסע הארן האבן אויך נישט קיין עולם הזה, "כִּי כָל יְמֵיהֶם כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", זייער גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג און כעס, "וְכֻלָּם מְלֵאִים טְרָדוֹת וּדְאָגוֹת וְעַצְבוּת וְיָגוֹן וַאֲנָחָה תָּמִיד", און זיי זענען שטענדיג פארנומען און פאר'דאגה'ט, דעפרעסט און טרויעריג, "וְזֶה כּוֹלֵל כָּל בְּנֵי אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטֹן וְעַד גָּדוֹל, כִּי כֻלָּם נוֹלְדוּ לְעָמָל וּמְלֵאִים רֹגֶז וְיִסּוּרִין", אין דעם איז אריינגערעכנט יעדער איינער - פון גרויס ביז קליין, אלע מוטשען זיך אויף דער וועלט, "וְאֵין שׁוּם עֵצָה וְתַחְבּוּלָה לְהִנָּצֵל מֵעָמָל וְיָגוֹן הַזֶּה כִּי אִם לִבְרֹחַ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלַעֲסֹק בַּתּוֹרָה", און עס איז נישטא קיין שום וועג ווי אזוי מען קען זיך ראטעווען פון די יסורים - נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן, מען דערציילט פארן אייבערשטן וואס מען גייט אריבער און מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן.


זיי פרייליך אז דו ביסט א איד און דו טוסט אזויפיל גוטע זאכן, זיי נישט פארנומען מיט דיין שלעכטס, זוך דאס גוטס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח צו וויסן וואס מען האט צוטון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך - דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


מארגן וועט זיין די וועכנטליכער שיעור, מיר וועלן זיך מחי' זיין און מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - סדר הנסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן, פרשת תזריע מצורע תשפ"ג
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, חינוך הילדים, אמונה, ניגונים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, צדקה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוסדות, זיכוי הרבים, תהלים, חסידות ברסלב, שטעטל, עבודת השם, שאלות, שערן די האר, רעדן, נסיעה, משניות, אומאן, ראש השנה, פרנסה, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, דרייוון, לימוד התורה, תכלית, אמונת חכמים, ישיבה, כשרות, ראש ישיבה, מחשבות, התעוררות, יאוש, תיקון הכללי, התנגדות, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, וויינען, קאמפיין, לייף אינשורענס, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. מיר זענען געפארן מיט א חבורה פון זעכציג חברים תלמידי היכל הקודש, דיין שוואגער האברך אהרן נרו יאיר האט דאס צאמגעשטעלט. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות.


קרית ברסלב


זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער בין איך ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט מיט האברך אלי' קנאל נרו יאיר, מיר האבן דורכגערעדט אויפן וועג אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. קומענדיגע ראש השנה געפאלט דער ערשטער טאג אום שבת קודש און דער צווייטער טאג - זונטאג. ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אז מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און איך וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'.


נוארק


מנחה האב איך געדאווענט אין שטעטל, מעריב האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. דודי לאקס איז געווען בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. אין עירפארט האבן מיר געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. מיר האבן געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, זיי זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. איך האב געשמועסט מיט אים, איך האב אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט מיין שווער שליט"א מיר געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זע איך אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זע איך אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן.


אויפן פליגער האב איך געזען א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו מיר א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל אריינשרייבן פאר אלע חברים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט מיר גענומען אסאך שעות, איך האב אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם בין איך אביסל געשלאפן, נאכדעם האב איך געדאווענט שחרית.


ריישא


מיר זענען אנגעקומען בערך צוועלף אזייגער קיין ריישא, מיר זענען אלע ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען.


עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, משה ראזענבערג און חיים יאקאבאוויטש. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס זענען געפארן צו די עלטערן אויף פסח קיין ארץ ישראל, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים און הרב יחזקאל שארף, אויך לייבי אפפעל, איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע.


ליזענסק


מיר זענען געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע זענען מיר געגאנגען אין מקוה; איך בין געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. איך האב געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער איך האב געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועל איך גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון.


ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות.


אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן.


עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" זענען מיר אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט.


דער שמועס איז מיר געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט מיר א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין.


מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב).


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען.


איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס.


איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי.


עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; וואס זאל איך דיר זאגן, פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה.


איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. מיר האבן גערעדט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען.


עס זענען געווען פראגעס וואס איך האב נישט געענטפערט, פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. איינער פרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; פון די פראגעס האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל.


איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן.


איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים.


איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; מיר האבן גערעדט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג.


מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן.


איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


שינאווא


ביים הייליגן שינאווא רב האבן מיר געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, איך האב געבעטן פאר מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האב איך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. דער ענטפער איז, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים.


לאנצוט


פון שינאווא זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. מיר האבן באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מיר האבן דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל.


איך בין געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האב איך גערעדט רוב וועג אין א מייק, אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג.


וויינען ביי קברי צדיקים


א אינגערמאן האט מיר געבעטן איך זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט.


דינוב


פון דארט זענען מיר געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו.


די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. איך פלעג משמש זיין מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, איך פלעג אים באדינען, פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב איך געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט מיר אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; איך האב געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? פרעג נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?'


דאס צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים - איז פאר מיר געווען די שטערקסטע זאך. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר.


מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? מיר האבן אלע געשמייכלט, וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער.


רימנוב


עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה זענען מיר ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, מיר האבן אלע געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך זענען מיר אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מיר האבן דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האבן מיר געזינגען אידישע ניגונים.


מיר האבן געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מיר האבן געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מיר האבן געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מיך מכבד געווען צו קלאפן א מזוזה. חיים מאיר ערפס איז געווען דער בעל תפילה, מיר האבן געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה.


אויפן וועג האבן מיר ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; איך האב נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ענטפער איז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל.


שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


צאנז


פון דארט זענען מיר געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, איך האב זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמער, מיין בלוט איז סאטמער און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב.


ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האבן מיר געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אונזערע בקשות. איך האב געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, איך האב מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן.


דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, איך האב זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. איך האב געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט.


קראקא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קראקא, מיר זענען אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מיר האבן געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב. נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.


זיבן אזייגער אינדערפרי האט לייבי אפפעל געוועקט דעם עולם, מיר זענען געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האב איך געזאגט ברכת התורה, און פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מיר האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מיר זענען צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האבן מיר זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות.


ראדאמסק


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האב איך נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, איך בין געווען אביסל אפגעמאטערט. איך האב געלערנט מיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האב איך געדרימלט.


מיר זענען אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט זענען מיר געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מיר האבן געדאווענט שחרית דארט, משה עקשטיין איז געווען דער בעל תפילה, תיקון הכללי האבן מיר געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע. אויפן וועג בין איך געשלאפן, איך בין געווארן זייער אויסגעמאטערט.


מנחה האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. איך האב געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א מיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, איך האב אים באגרוסט און אים באדאנקט; איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים.


אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן האברך שבתי מזרחי, מיר האבן זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן.


ניו יארק


דינסטאג נאכט זענען מיר אנגעקומען קיין ניו יארק, איך האב געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה.


טייערער ..., זונטאג אינדערפרי אין שטעטל האב איך דיך געכאפט מיט א משניות, דיך געזען זאגן א שטיק צייט משניות אין די בית המדרש אין שטעטל; איך האב אזוי הנאה געהאט, האסט מיר געגעבן א שטיק לעבן. זה חלקי מכל עמלי, אלעס ביז אהין איז זייער פיין און וואויל, אבער ווען איך זע א אינגערמאן מיטן משניות - איז גאר עפעס אנדערש, איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גוט מקושר צום רבי'ן, ווייל נאר דער וואס לערנט על פי סדר דרך הלימוד - דער איז צוגעבינדן צום רבי'ן.


אם ירצה ה' ל"ג בעומר וועל איך זיין אין מירון. איך פאר מיט מיין משפחה קיין ארץ ישראל, איך מאך בר מצוה מיין נחמן נתן. דו געדענקסט דאך ווען ער איז געבוירן, דו ביסט יענעם זומער אריינגעקומען אין ישיבה, זומער שנת תש"ע. דעמאלט איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, די פראטעסטן, ברוך ה' מיר זענען איבערגעקומען יענע טעג.


יענעם פסח האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, זיי האבן געטראכט אז אזוי וועלן זיי מיך אפשוואכן און איך וועל פארמאכן די ישיבה. למעשה, מיט די חיזוק פון מוהרא"ש - האבן מיר גאר דעמאלט געעפנט די חדר. היינט צו טאגס האבן מיר שוין פינף תלמוד תורה'ס, און ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר עפענען קומענדיגע יאר א תלמוד תורה אין בני ברק, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


איך דארף מקצר זיין, מיר הויבן אן היינט א פרישער זמן אין ישיבה, איך הויב אן פון אנהויב מיט פרישע בחורים, זיי אויסלערנען די וועג פון רבי'ן. איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר געבן כח צו קענען בלייבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געבעטן צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#57 - כל זמן איינער הערט אויס דיין שיעור, זאלסטו ווייטער פארלערנען
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, דרשות, אומאן, בית המדרש, לימוד התורה, תכלית, דף גמרא, שיעור

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע אויפהערן פארלערנען וכו'; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען תורה מיט אנדערע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה מט:) אויפן פסוק (משלי לא, כו): "וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז דאס תורת חסד? "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ, זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט אנדערע, בפרט ווען מען לערנט פאר אנשי שלומינו, ובפרטי פרטיות אז מען לערנט פאר דעם דף גמרא - דאס איז זייער א חשוב'ע זאך; איז א שאד דו זאלסט דאס אפלאזן.


דאס אז דו האסט קוים מענטשן וואס קומען צום שיעור; וואס איז אן אונטערשייד וויפיל מענטשן עס קומען? כל זמן דו האסט אפילו איינער וואס קומט און הערט זיך צו צום שיעור - איז שוין אלעס כדאי. איך לערן פאר יעדן טאג דעם דף גמרא, דאס איז שוין דער צווייטער מחזור אין ש"ס וואס איך לערן פאר. מיר איז נישט קיין נפקא מינה וויפיל אידן זיצן ביים שיעור, דאס איז ביי מיר פון מיינע חשוב'סטע זאכן. אויך בין איך מחזק מיינע זון זיי זאלן אלע פארלערנען יעדן טאג דעם דף גמרא. אזוי האבן געטון אלע גדולי ישראל, איך מיין דו זאלסט דאס נישט אויפגעבן.


איך האב געהאט כמה וכמה תלמידים וואס איך האב זיי געבעטן פארצולערנען יעדן טאג דעם דף, למעשה - זע איך - איז דא אויף דעם א גרויסער נסיון. אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "דער יצר הרע וועט אלעס לאזן טון, נאר נישט לערנען גמרא, ובפרט דעם בלאט גמרא פונעם טאג".


בפרט ווען איך באקום צוריק אזעלכע גוטע גרוסן פון די אינגעלייט, זיי זענען זיך מחי' מיטן שיעור. זאלסטו זיך מתבודד זיין אויב איז ריכטיג דאס אפצולאזן.


ובנוגע אז דו קוקסט זיך פאר, דו לייגסט אריין אזויפיל כח און עס נעמט דיר אוועק אסאך צייט פון לערנען דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה; זאג איך דיר, עס איז כדאי וכדאי, ווייל לערנען מיט אנדערע - איז גאר חשוב ביים אייבערשטן, און זיכער ווען מען וויל אוועק שטעלן א בית המדרש על שם רבינו, מחזק זיין אינגעלייט און בחורים, און ווען איינער וועט דארפן גאר וויכטיג חיזוק - וועט ער האבן וואו צו גיין הערן אפאר גוטע ווערטער.


בנוגע תכלת; טו אן אויף דיין טלית קטן, דאס וועט נישט שטערן וכו'; מענטשן זעען נישט דעם טלית קטן.


בנוגע דיין טאטע שליט"א וכו'; אוודאי וועט אים דער רבי מתקן זיין, ווייל ווער עס נעמט א חלק אין פארן קיין אומאן אויף ראש השנה - ווארט אים אפ א גרויסער שכר און האט א חלק אין די גאולה.


 

#56 - וועק דיך אויף, וואס בלייבט פונעם מענטש?
תפילות אויף אידיש, מוסדות, תכלית, חדר, פסח, מעביר סדרה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך געווען מנחם אבל זיין משפחת ..., זייער זון הבחור יוסף איז נפטר געווארן. ער האט געלערנט ביי אונז אין חדר אפאר יאר, ביז זיי האבן זיך אוועקגעצויגן פון וויליאמסבורג. דער בחור יוסף עליו השלום האט שטענדיג געזאגט תהילים און שטענדיג ליב געהאט צו דאווענען, ווען איך פלעג אים זען - האב איך אים געזאגט: "יוסי, דער רבי וואלט דיך אזוי ליב געהאט"; ווייל דער רבי האט ליב געהאט פשוט, פראסט. אזוי ווי רבי נתן ברענגט (חיי מוהר"ן, סימן תקכ): "היה אוהב מאוד את העבודות הפשוטות של האנשים הפשוטים יראי ה' וכו", דער רבי האט זייער ליב געהאט די וועג ווי אזוי פשוט'ע אידן דינען דעם אייבערשטן, "והיה אוהב מאד מי שיכול לומר הרבה תחנות ובקשות בתוך הסדורים הגדולים וכו", און דער רבי האט ליב געהאט די וואס זאגן אסאך תפילות אין די גרויסע גראבע סידורים.


איך שרייב דיר דאס אלעס, דיר צו געבן א קיצל, א וועק אויף, זאלסט אנהויבן זען וואס בלייבט פונעם מענטש; די קאפיטלעך תהילים, די פרקים משניות - דאס נעמט מען מיט, עפעס אנדערש איז גארנישט אינטערעסאנט.


היינט האבן מיר געטאנצן אין ישיבה מיט אלע בחורים וואס האבן שוין זוכה געווען צו מסיים זיין ספר שמות, מיר האבן געטאנצן די ניגון פון "חזק חזק ונתחזק"; עס איז אזא שמחה ווען מען איז זוכה צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, תרגום און רש"י און מען ענדיגט די פרשה.


דאגה נישט פאר געלט אויף יום טוב פסח, געלט אויף פסח וועט זיין, ענדערש גיי שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ווי נעמט מען די קדושה פון פסח? ווי איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע קטנות הדעת?"


איך דארף גיין צו די קינדער. אלע וואכן מיטוואך גיי איך אין תלמוד תורה אין וויליאמסבורג פראווען סיומים פון קינדער וואס זענען מסיים במשך די וואך משניות וכדומה.


איך וועל דיר שפעטער שרייבן נאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.