בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
הגם מיר האבן שוין גערעדט פנים בפנים וויל איך נאכאמאל זיכער מאכן אז עס איז נישט וואר וואס איך האב צוריק געהערט, אז דו שרייסט קולי קולות אויף דיין ווייב; איך האף עס איז א בייזער ליגנט און עס איז נישט אמת, ווייל אויף א ווייב טאר מען נישט שרייען.
מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן איז אמאל איינגעשטאנען ביי איינעם פון אנשי שלומינו און ער האט געהערט ווי יענער שרייט אויף זיין ווייב, האט ער אים גענומען אין א זייט און אים אנגעשריגן: "אויף א ווייב שרייט מען?!" מען טאר נישט שרייען אויף די ווייב, מען דארף רעדן מיט גרויס דרך ארץ און הכנעה, די ווייב - זאגט דער רבי (עיין חיי מוהר"ן, סימן תקסג) - איז די שכינה, מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט.
איך בעט דיר זייער מיין ליבער תלמיד, איך האב דיר געמאכט דיין שידוך, איך האב זיך אזוי מוסר נפש געווען פאר דיין שידוך, וויל איך דו זאלסט טייער האלטן די מתנה פון אייבערשטן און זיך אפגעבן צו איר מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און אז איך וועל הערן גוטע גריסן אויף דיר, ווי שיין דו פירסט זיך אין שטוב מיט דרך ארץ, און ווי דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן; ח"י פרקים משניות בכל יום און אסאך בלעטער גמרא יעדן טאג - וועסטו מיר מאכן א נחת רוח, און דו וועסט זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען צווישן ענק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.