בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#57 - עטליכע פונקטן פאר די הצלחה פון די קינדער צום נייעם לערן יאר
צניעות, חינוך הילדים, רעדן, הדרכות, היטן די צייט, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך מאנטאג הויבן מיר אן נאך א יאר בית פיגא שולע, עס איז אויסגעשטעלט ביי רוב מוסדות אז די מיידל שולע הויבט זיך אן חודש אלול, און חדר פאר די אינגלעך הויבט מען אן - די נייע יאר - אסרו חג סוכות.


די שענסטע זאך ביי אונז אין די קהילה איז די מוסדות; א תלמוד תורה מיט א מיידל סקול וואס מען לערנט מיט די קינדער אמונה, קדושה וצניעות, מען געבט אכטונג אויף יעדן קינד אים אויפצובויען און אים חס וחלילה נישט צעקלאפן.


איך וויל דיר שרייבן אפאר זאכן אז מיר זאלן מצליח זיין די יאר מיט דיינע קינדער. מיר דארפן דיין הילף, הצלחה קען נאר זיין אז דו און דיין שטוב וועלן ארבעטן אינאיינעם מיט די מוסד. הדבר הראשון זאלסט זען צו לייגן דיינע קינדער שלאפן צייטליך, זיי זאלן קענען קומען צייטליך; שלעפ נישט ארום דיינע קינדער ביינאכט צו שמחות און צו פארטיס, זע די שטוב זאל זיין מסודר.


צווייטנס, האלט זיך נישט צוריק פון אויפהייבן א טעלעפאן און רופן דער מנהל און מנהלת, דורכשמועסן זאכן וואס מען קען בעסער מאכן, און זיכער אויב עס איז זאכן וואס מען דארף פאררעכטן; יעדע פינטל, יעדע נארישקייט - זאלסטו רופן און זאגן, אפילו עס האט נישט מיט דיינע קינדער, אזוי ווי די ווארט גייט: "אז דו זעסט עפעס - זאג עפעס".


עס טוט וויי פאר מיר, פארן מנהל און פאר די מנהלת - ווען מען הערט צוריק זאכן בשם די עלטערן און בשם יענע עלטערן - אז דאס שטערט, און דאס איז נישט גוט, און אז דאס איז אן עוולה וכו' וכו'; פארוואס זאל מען נישט אדורכשמועסן אדער מיטן מנהל אדער מיט די מנהלת אדער מיט דער אדמיניסטראטאר רפאל נרו יאיר, און אז עס איז א זאך פון סקול און מען האט עפעס אויף די מנהלת - קען מען אויך רופן דעם מנהל, און אז עס איז א זאך פון חדר וואס מען האט עפעס אויפן מנהל - קען מען רעדן מיט די מנהלת, אדער מיט דער אדמיניסטראטאר רפאל.


טו אן דיינע טעכטער איידל, נישט נאר ווען זיי קומען אין סקול, נאר אפילו אין שטוב, און אפילו אין די טעג וואס מען גייט נישט אין בית פיגא - טו זיי אן איידל, זאג נישט 'זיי זענען יונג, עס מאכט נישט אויס'; וואס וועסטו קענען טון ווען זיי וועלן עלטער ווערן און זיך אנטון פראסט, קיינער וועט נישט האבן קיין השפעה אויף זיי, וואס האסטו מורא אז דיין טאכטער וועט גיין אנגעטון מיט א קלייד וואס גייט נאך די קניען און נישט אויסגעשניטן, איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ..., לאמיר ארבעטן אינאיינעם, וועסטו זען שיינע פירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#56 - זיך פירן צו מענטשן מיט גוטנס
חברים, אמונה, רעדן, תכלית, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין, מען האט זיך זייער געשטארקט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט מעשה ד, מעשה ניסים, אז דער קעניג וואס האט געפירט די מדינה שארף איז געשטארבן, און זיין זון איז געווארן קעניג און ער האט אנגעהויבן פירן די מדינה מיט גוטנס, ווייל ער האט געזען ווי מען האט געוואלט אויסרייסן זיין טאטע. מיר האבן גערעדט אז דער רבי וויל אונז דא לערנען אז מען זאל זיך פירן צו מענטשן מיט גוטנס, נישט מיט די שארפע וועג; סיי מיט די ווייב, סיי מיט די קינדער און מיט חברים, זיך פירן ווייך, זיס און גוט, ווייל מענטשן האבן מער ליב די וועג. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כט): "טוב הכל חפצים", יעדער האט ליב צו הערן א גוט ווארט, יעדער האט ליב די פרייליכע וועג, די זיסע וועג, און אויב מען זעט אז מען האט יא גע'פועל'ט מיט שלעכטס, זאל מען וויסן אז מיט גוטן וואלט מען בעסער אנגעקומען.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם וואס דער מלך האט געפרעגט ביי די שטערן זעערס פון וואס ער זאל זיך היטן, האט מען אים געזאגט "פון אן אקס און פון א לעמעלע וכו'"; מיר האבן גערעדט אז מענטשן זוכן וועגן ווי מען קען זיין פארזיכערט צו בלייבן לעבן, פארזיכערט מיט געלט, פארזיכערט מיט די קינדער; די איינציגסטע וועג צו זיין פארזיכערט איז - אז מען גייט יעדן טאג אין שול אנטון טלית און תפילין, וואס ווערט געמאכט פון אן אקס און פון א לעמעלע, אזוי ווי דער רבי פירט אויס די מעשה, אז דאס איז די זאך פון שור ושה, נאר דאס איז זיכער; נאר טלית ותפילין, שחרית מנחה מעריב, תורה ותפילה - דאס איז וואס האלט די דורות הבאים.


שבת ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפד): "כְּשֶׁאֶחָד מְדַבֵּר עִם חֲבֵרוֹ בְּיִרְאַת שָׁמַיִם נַעֲשֶׂה אוֹר יָשָׁר וְאוֹר חוֹזֵר", ווען מען רעדט מיט א חבר פון יראת שמים ווערט ליכטיג פאר דעם חבר און אויך ווערט אים אליין אויך ליכטיג, און אמאל קען זיין ווען דער חבר איז בקטנות הדעת און די דיבורים רעדן נישט צו יענעם, איז אבער דא דער אור חוזר, און פארן מענטש אליין ווערט זייער ליכטיג; מיר האבן זיך מחזק געווען מען זאל אין שטוב אלץ זאגן די ווערטער: "דער אייבערשטער וועט העלפן", און ווען די ווייב קרעכצט: "וואס וועט זיין?" זאל מען זאגן: "דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן", און אז זי וויל נישט אננעמען די ווערטער - איז אויך כדאי, ווייל דער אור חוזר איז זייער וויכטיג, מען באקומט זייער אסאך חיזוק און אמונה, זייער אסאך בטחון - ווען מען זאגט פאר א צווייטן די יראת שמים ווערטער: "דער אייבערשטער וועט העלפן, דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן", און דער רבי זאגט אינטערעסאנט: "אִם הָיָה מְדַבֵּר אֵלּוּ הַדִּבּוּרִים בֵּינוֹ לְבֵין עַצְמוֹ", וואלט דער מענטש געזאגט צו זיך אליינס 'דער אייבערשטער וועט העלפן', "יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא הָיָה מִתְעוֹרֵר מֵהֶם כְּלָל", קען זיין עס וואלט אים נישט געשטארקט, עס וואלט אים נישט ליכטיג געמאכט, "וְעַל יְדֵי שֶׁדִּבְּרָם לַחֲבֵרוֹ, נִתְעוֹרֵר מֵהֶם", אבער ווען מען רעדט צו אנדערע, מען שטארקט יענעם מיט דיבורי אמונה - "אַף שֶׁחֲבֵרוֹ לא נִתְעוֹרֵר", אפילו דער חבר ווערט נישט איבערגענומען פון די שמועס, "כִּי חָזְרוּ אֵלָיו", קומט עס אבער צוריק צו אים, און ער ווערט א נייער מענטש פול מיט אמונה.


דאס איז וואס רש"י זאגט די וואכעדיגע פרשה, "אמור ואמרת, 'להזהיר גדולים על הקטנים'", להזהיר איז א לשון פון שיינען, פון ליכטיג ווערן; ווי אזוי קען מיר ווערן ליכטיג? ווי אזוי קען איך ארייננעמען אין מיר אז וואס איך גיי יעצט אריבער איז נישט עק וועלט? - להזהיר גדולים, ווי אזוי? על הקטנים, רעד צו א צווייטן, אפילו יענער איז בבחינת קטנים, קטנות הדעת - וועט דיר אבער ווערן ליכטיג.


טייערער ברודער, וויפיל זענען מיר שולדיג דעם אייבערשטן אים צו דאנקען און לויבן פאר די חסד אז מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר קריגן נישט אויפן רבי'ן, מיר האבן די ספרים, די עצות, די תלמידים; מיר דארפן נאר פאלגן די עצות, לערנען דעם רבינ'ס ספרים און פאלגן - וועלן מיר זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - רעדן און רעדן און רעדן, און ביים סוף פועל'ט מען
חינוך הילדים, הפצה, רעדן, ישיבה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


האסט מיר געבעטן חיזוק צו זיין אין ישיבה מיט די בחורים, דו זאגסט די בחורים הערן נישט וואס מען זאגט זיי מיט איין מאל, מען דארף זיי זאגן אפאר מאל.


מאכסט מיך לאכן; וואס מיינסטו, מיט איין מאל רעדן קען מען יענעם טוישן לטובה? עס גייט נישט אזוי, מען דארף רעדן און רעדן און רעדן ביז מען זעט פירות, מען דארף אסאך סבלנות צו זיין מיט תלמידים, מען דארף שטארקע נערוון און אייזערנע געדולד צו זיי, אבער דאס דארף מען וויסן, אז ביים סוף פועל'ט מען; אז מען רעדט אמת'ע רייד, מען רעדט צו תלמידים פון יראת שמים, ביים סוף פועל'ט מען.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און אז דו האסט מער נישט קיין כח, דו ווילסט אויפהייבן די הענט און אויפגעבן - זאלסטו אויפהייבן דיינע הענט צום אייבערשטן און בעטן דו זאלסט מצליח זיין מיט די תלמידים, זאלסט האבן חן, מיט די ריכטיגע ווערטער.


גיי יעדן טאג הפצה און לייג אריין אין די תלמידים זיי זאלן אויך גיין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - רעד נישט קיין ווארט ביים דאווענען, וועסטו זען ישועות
רעדן, פרנסה, חובות, קבלה טובה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיך געפרעגט דעם יום טוב וואס דו קענסט זיך מקבל זיין א גוטע קבלה עס זאל דיר זיין א זכות פאר פרנסה בריווח, ארויסצוקריכן פון די חובות און קענען לעבן בהרחבה.


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען; פון אנהויב דאווענען ביזן סוף דאווענען זאלסטו נישט רעדן קיין איין ווארט מיט קיינעם, נאר רעדן צום אייבערשטן; דו וועסט זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר געבן ישועות און אלעס וואס דו באגערסט.


עס וועט דיר זיין שווער אין אנהויב, סיי פון דיר אליין וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו שמועסן, און סיי עס וועלן קומען צו דיר חברים וואס פלעגן מיט דיר שמועסן. אבער אז דו וועסט זיין שטארק, דו וועסט נישט עפענען דיינע ליפן, און ווען איינער רעדט צו דיר וועסטו ווייזן אויף דיין מויל אז דו רעדסט נישט - וועט עס מיט די צייט ווערן גרינגער און גרינגער.


אז דו האסט איבריגע צייט ביים דאווענען - זאלסטו נאר שמועסן מיטן אייבערשטן, אים דאנקען און לויבן, און בעטן אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - איך האף זייער אז דו שרייסט נישט אויף דיין ווייב
שלום בית, רעדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


הגם מיר האבן שוין גערעדט פנים בפנים וויל איך נאכאמאל זיכער מאכן אז עס איז נישט וואר וואס איך האב צוריק געהערט, אז דו שרייסט קולי קולות אויף דיין ווייב; איך האף עס איז א בייזער ליגנט און עס איז נישט אמת, ווייל אויף א ווייב טאר מען נישט שרייען.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן איז אמאל איינגעשטאנען ביי איינעם פון אנשי שלומינו און ער האט געהערט ווי יענער שרייט אויף זיין ווייב, האט ער אים גענומען אין א זייט און אים אנגעשריגן: "אויף א ווייב שרייט מען?!" מען טאר נישט שרייען אויף די ווייב, מען דארף רעדן מיט גרויס דרך ארץ און הכנעה, די ווייב - זאגט דער רבי (עיין חיי מוהר"ן, סימן תקסג) - איז די שכינה, מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער תלמיד, איך האב דיר געמאכט דיין שידוך, איך האב זיך אזוי מוסר נפש געווען פאר דיין שידוך, וויל איך דו זאלסט טייער האלטן די מתנה פון אייבערשטן און זיך אפגעבן צו איר מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און אז איך וועל הערן גוטע גריסן אויף דיר, ווי שיין דו פירסט זיך אין שטוב מיט דרך ארץ, און ווי דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן; ח"י פרקים משניות בכל יום און אסאך בלעטער גמרא יעדן טאג - וועסטו מיר מאכן א נחת רוח, און דו וועסט זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען צווישן ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - זיך אויסשמועסן מיט'ן מוסד, נישט העצן
מוסדות, מחלוקת, רעדן

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן מחזק זיין דיין ווייב זי זאל רופן די מנהלת זיך אדורכשמועסן ווען עס שטערט איר עפעס פון 'בית פיגא' און נישט מאכן א העצעריי צווישן די עלטערן.


מיר ארבעטן זייער שווער צו געבן די בעסטע חינוך וואס איז שייך, און מיר זענען גרייט צו הערן וואס מען קען פאררעכטן, און אז מען באמערקט זאכן וואס מען האלט עס איז נישט ריכטיג - איז ריכטיג צו קומען אויסשמועסן מיט די מנהלת, און אז מען שמועסט אויס און מען שפירט נאכאלץ אז זאכן זענען נישט ריכטיג - בין איך גרייט צו הערן און פרובירן צו מאכן גוט, אבער אז מען רופט אן די עלטערן איינער דעם צווייטן און מען העצט אויף די מוסד - דאס איז זיכער נישט ריכטיג; עס מאכט קאליע סיי פאר די מוסד און אויך פאר די קינדער.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, הויב אן דיין טאג מיט א קליינע שפאציר, רעדן צום אייבערשטן - וועסטו שפירן טעם גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - זאגן דעם מנהל און מנהלת וואס ליגט אויפ'ן הארץ
תפילה והתבודדות, מוסדות, רעדן, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


זונטאג איז געווען ביי מיר משפחת ..., זיי זענען נישט צופרידן פון דעם מלמד ..., זיי זאגן זיי קוקן אן ווי מען דארף דורכשטופן די יאר, זיי וואלטן ווען צוריק געלייגט זייער קינד א כיתה אראפ, צו זיין פאריעריגער מלמד.


איך האב זיי פארגעהאלטן פארוואס זיי רעדן נישט צום מנהל; עפעס א פחד, א באהאלטענע פחד ליגט אין זיי, אז אויב זיי וועלן רעדן און זאגן וואס שטערט זיי, וועט דאס הייסן זיך אפרעדן. איך האב זיי געזאגט מען מוז רעדן, מען מוז זאגן דעם מנהל און מנהלת יעדע זאך וואס ליגט אויפן הארץ וואס איז נוגע די קינדער, נאר אזוי קען מען בעסער מאכן.


זיי זאגן זיי האבן שוין אפאר מאל גערעדט מיט דיר אבער נאכן רעדן ווייסן זיי נישט אויב זיי רעדן שטותים אדער זיי זענען גערעכט, דעריבער רעדן זיי נישט.


עפעס דארף מען מאכן אז די עלטערן זאלן יא וועלן רעדן און אויסשמועסן יעדע זאך וואס ליגט זיי אויפן הארץ, זיי געבן די גוטע געפיל אז מען וויל נאר מאכן גוט, און אז עס איז דא זאכן וואס מען דארף פאררעכטן - דארף מען מודה זיין על האמת און פאררעכטן.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, הויב אן דעם טאג מיט התבודדות; סתם א מענטש מוז אנהויבן דעם טאג מיט התבודדות, און זיכער איינער וואס האט אונטער זיך א מוסד, צענדליגע מלמדים מיט הונדערטער קינדער, ווי קען מען זיך דערווייגן צוצוגיין צו אזא זאך אן התבודדות, אן זיך איבערגעבן צום אייבערשטן.


גלייך אינדערפרי זאלסטו גיין א שפאציר פאר צוויי דריי מינוט און אויפהייבן די אויגן צום אייבערשטן, אים דאנקען פאר אלע חסדים און אים בעטן פאר הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - ווי אזוי לערנט מען זיך אויס צו געבן גוטע ווערטער
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רעדן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז ענק לעבן א שיינע לעבן מיט שלום און ליבשאפט, א פארפאלק וואס לעבן מיט שלום און מיט ליבשאפט - רועט דער אייבערשטער צווישן זיי, און אלע ברכות, ישועות און רפואות זענען דא.


אויף די פראגע וואס טוט מען ווען מען קומט פון א שטוב וואס מען האט נישט געגעבן גוטע ווערטער מיט ליבשאפט, ווי אזוי קען מען נאך די חתונה זיך טוישן צו קענען געבן גוטע ווערטער און זיך קענען ארויסברענגען די געפילן צום מאן?


ביים רבי'ן איז געווען א מעשה, א איד איז געקומען צום רבי'ן, ער האט זייער געוואלט זיך אויסרעדן, זיך ארויסברענגען זיינע געפילן, זיין ווייטאג וכו' וכו', אבער ער האט נישט געהאט די שטארקקייט זיך צו קענען אנרופן זיינע זאכן, זיך ארויסגעבן זיינע געפילן. אמאל ערב שבת קודש איז ער געווען ביים רבי'ן, ער האט געטראכט 'יעצט גיי איך רעדן'; דער רבי איז דעמאלט געווען אויפן וועג אהיים פון מרחץ זיך באדן לכבוד שבת, דער רבי האט אים געבעטן ער זאל אים געבן די שיך אנצוטון, און דער רבי זעט און פארשטייט וואס דא גייט פאר, און ער זאגט דעם איד: "געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וועסטו קענען רעדן מיט מיר".


דאס איז די עצה, צו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, בעטן און בעטן ביז מען ארבעט אויס די נאטור.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס איר האט באקומען, א מאן א ירא שמים, אן ערליכער איד; זעט ער זאל בלייבן ערליך, ער זאל בלייבן מיט זיין ריינקייט, מיט זיין תמימות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - דאס וויכטיגסטע איז צו רעדן מיט'ן שותף אפענע דיבורים
מחלוקת, רעדן, פרנסה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תרומה, שובבי"ם, ז' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וויכטיגסטע איז - דו זאלסט רעדן מיט דיין שותף אפענע דיבורים; זאג אים וואס שטערט דיר, זאג אים דיינע געפילן. דערצייל אים אז דו ווייסט ער האט געעפנט נאך א ביזנעס, און זייט דעמאלט איז זיין קאפ נישט ביי די אלטע ביזנעס, און דו אלס געלט שותף - ביסטו זייער נישט רואיג, דו שפירסט אז ער טוט נישט פאר די ביזנעס.


עס איז זייער וויכטיג צו זיין אפן, ווייל אין איין רגע קען אויפפלאמען א פייער און ווערן א מחלוקת; קודם האט מען אין הארץ עפעס ווייטאג, און אז מען רעדט נישט הויבט מען אן בויען בנינים, ביז עס ווערט א מחלוקת און דעמאלט ליידן אלע.


ועל כולם זאלסטו גיין התבודדות, גיי אין א ווינקל וואו קיינער זעט נישט און קיינער הערט נישט, אדער אין דיין קאר אדער אין דיין אפיס, און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, זאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך בין אריין אין א געשעפט און אינוועסטירט מיליאנען דאלער און איך בין נישט רואיג, העלף מיר איך זאל האבן הצלחה". דערצייל דעם אייבערשטן די שותפות וואס דו האסט געמאכט מיט אונזער מוסד, אז יעדע דאלער וואס מען איז מרוויח - גייט כך וכך פראצענט פאר די מוסד, דערצייל אלעס, דערצייל אז דו ביסט נישט רואיג און דו קענסט נישט שלאפן. איך זאג דיר צו, מיט התבודדות וועט אלעס זיין אזוי גוט און אזוי זיס, דו וועסט ארום גיין רואיג, דו וועסט קענען שלאפן און עס וועט זיין גרויס הצלחה.


איך אלס שותף - טו יא מיינע פליכטן, איך בעט פאר דיר און פאר דיין הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - אז מיך פאלגסטו נישט, זאג נישט דער ראש ישיבה איז דיין מורה דרך
רעדן, מורה דרך, חתן, כלה, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


אדער פאלגסטו, אדער גיי מיט די וועג ווי דיינע עלטערן פירן זיך; ווייל אז מיך פאלגסטו נישט – זאלסטו נישט זאגן פאר דיינע עלטערן אז דער ראש ישיבה איז דיין מורה דרך.


מערסטנס קענסטו רעדן צען מינוט און אויך נאר מיט שכל וכו' וכו', און אז דו פאלגסט נישט, דו רעדסט יעדן טאג חתן כלה שעות, און מען רעדט וכו' וכו' – דארפסטו טון ווי מען פירט זיך ביי ענק אין די משפחה, אז חתן כלה רעדן נישט.


זיי שטארק אין לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן חק ולא יעבור, מקרא, משנה, גמרא. אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט דאווענען מיט מנין די דריי תפילות יעדן טאג.

#47 - אז מען רעדט נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען
רעדן, חסד, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, שובבי"ם, ו' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט מיט לערנען תורה מיט די טייערע בחורים, און מיטן אויסלערנען יראת שמים און פלאנצן אמונה.


בנוגע וכו'; ענדערש זאלסטו רעדן נאכאמאל און נאכאמאל צו די תלמידי הישיבה פון העלפן די מוסד, און ווער עס וועט האבן שכל - וועט העלפן, און ווער נישט - נישט.


בנוגע די מעשה פון סאטמער רבי זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט פאר די הנהלה אז ער וויל די בחורים זאלן עוסק זיין אין טון חסד, גיין אין שפיטעלער באזוכן חולי ישראל. אמאל האט מען דערציילט דעם רבי'ן אז די בחורים ווילן נישט גיין, האט דער רבי געזאגט: "אויב די בחורים גייען נישט אין שפיטאל טון חסד מיט חולי ישראל - דארף איך נישט קיין ישיבה"; דאס איז נישט אויף אזוי צו טון - פארמאכן די ישיבה, דאס איז ארויס צו ברענגען ווי חשוב דאס איז געווען ביים צדיק, אז בחורים זאלן עוסק זיין אין חסד.


מען דארף רעדן און רעדן און רעדן ביז מען פועל'ט, און אז מען רעדט און מען הערט נישט אויס - זאגט דאך די תורה - אז משה רבינו האט מען אויך נישט אויסגעהערט "מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה" (שמות ו, ט), נישט נאר דיך הערט מען נישט אויס, משה רבינו - רבן של ישראל - האט מען נישט אויסגעהערט, און וואס האט משה רבינו געטון? ער האט נאכאמאל גערעדט און נאכאמאל גערעדט, און ביים סוף האט משה רבינו יא גע'פועל'ט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - שלום בית איז רעדן און זיין אפן, א שאד מען לעבט פארמאכט
שלום בית, רעדן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.): "מה דעלך סני, לחבריך לא תעביד", וואס דו ווילסטו נישט מען זאל טון מיט דיר - זאלסטו נישט טון מיט דיין פריינט, און וואס דו ווילסט מען זאל יא טון מיט דיר - זאלסטו טון מיט דיין מאן; אפשר ביי אייך איז די זעלבע? פון ווי ווייסט איר אז ביי אייך גייט נישט א גערוך פון מויל? דער מענטש וואס האט א שווערע גערוך ווייסט דאס נישט אליינס; איר וואלט געוואלט מען זאל אייך דערמאנען זיך צו וואשן די מויל, זאלט איר דאס טון מיט אייער מאן; וואס איז ער שולדיג? ער ווייסט דאך נישט אז עס גייט א גערוך און עס שטערט אייך, עס איז נישט גענוג מיטן זאגן איין מאל, דערמאנט אים נאכאמאל.


א שאד אז מען רעדט נישט, א שאד מען לעבט פארמאכט, מען איז נישט אפן איינער מיטן צווייטן. אנשטאט זיך אפשיידן און געבן תירוצים וכו', נישט לעבן אינאיינעם וכו' - וואלט מען ווען גערעדט וואלט אלעס גוט געווען, וואלט ער געוואוסט אז די תירוצים קומט ווייל ער האט א גערוך - וואלט ער אלעס געטון עס זאל נישט זיין א גערוך; אנשטאט זאגן יעדע נאכט "איך בין מיד, איך שפיר נישט גוט" - קען מען דאך זיין אפן און זאגן "מיר איז שווער די שמעק".


שלום בית איז רעדן, שלום בית איז זיין אפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#45 - זאג קלאר פאר דיין ווייב אז ס'שטערט דיר די וועג ווי אזוי זי רעדט
שלום בית, רעדן, בית המדרש, דאווענען, מעביר סדרה, מנין, גט

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


לדעתי קען מען נאך ראטעווען אז די שטוב זאל נישט צעפאלן, דו דארפסט רעדן צו דיין ווייב קלארע ווערטער. זאג איר אז די וועג ווי זי רעדט צו דיר – איז נישט קיין וועג, זאג איר דו שפירסט אז דו ווערסט בארירט פון איר, און עד כדי כך, דו ווילסט זיך שוין צעטיילן, השם ישמרינו; זי ווייסט נישט אז זי טוט דיר וויי, זי ווייסט נישט אז עס האלט שוין ביי א גט.


טייערער ברודער, אויך דו זאלסט זיך עפעס פארנעמען, צום ביישפיל, זיין שטארק מיט די דריי תפילות; זיך מוסר נפש זיין צו דאווענען יעדן טאג לכתחילה מיט מנין, און אויב מען האט נישט קיין מנין – דאווענען אין שול דווקא. איך בין זיכער דו וועסט האבן א ישועה.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג חומש איינגעטיילט אויף די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי; ווייל ביי די תורה איז די בעסטע פלאץ וואו צו אנטלויפן, דורך די תורה ווערט מען א בן-חורין, פריי פון אלעמען, דורך לערנען תורה ווערט בעסער די שלום בית, די פרנסה; אלעס ווערט בעסער.


איך וויל דיר העלפן, און איך וועל דיך מחזק זיין אין יעדע מצב דיינע. איך פערזענליך העלף נישט צו מאכן א גט, אבער אז דו וועסט זיך גט'ן וועל איך דיך נישט אוועקווארפן, איך וועל דיך מחזק זיין אין יעדן מצב.


איך בעט פאר דיר, איך האף זי וועט צוריק באקומען די חן, און עס וועט זיין שלום בית.


 

#44 - דארף מען רעדן צו קינדער פון קדושה?
קדושה, חינוך הילדים, רעדן, עצתו אמונה, מנוולים, אשר בנחל, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויף דיין טענה אז קינדער ליינען די בריוו און זיי פרעגן שאלות וכו'; שלמה המלך זאגט (משלי כו, ד): "אַל תַּעַן כְּסִיל כְּאִוַּלְתּוֹ", ענטפער נישט דעם נאַר אויף זיינע נארישע פראגעס, "פֶּן תִּשְׁוֶה לּוֹ גַם אָתָּה", טאמער וועסטו אויך ווערן א נאַר; דיר וואלט איך נישט געענטפערט, אבער היות דו מאכסט א טומל, און תמימי לב ווערן נאכגעשלעפט נאך דיר - וועל איך זיי ענטפערן.


עס איז דא א קאטשקע, וואס ווען זי זעט דעם בער ווערט זי דערשראקן, זי שטעקט אריין דעם קאפ אין דער ערד און אזוי ווערט זי בארואיגט, זי זעט מער נישט דעם בער, ביז דער בער קומט און פארציקט איר; אזא פנים האבן די אלע וואס זאגן 'מען זאל נישט רעדן פון קדושה צו קינדער', מען שטעקט אריין די קאפ אין דער ערד ביז עס קומט א מניוול און הרג'עט דאס קינד, השם ישמרינו.


וואס שטייט אין די בריוו? עס שטייט דאך נאר פון די הייליגע אמונה און פון קדושת הברית; וואלט יעדע טאטע געדארפט געבן פאר די קינדער צו ליינען די בריוו, די קינדער זאלן אויסוואקסן מיט אמונה און קדושת הברית, זיי זאלן וויסן ווי זיך צו היטן סיי ביי זיך און סיי פון אנדערע. אז דיין קינד וועט ליינען די בריוו און ער וועט דיך פרעגן: "טאטע, וואס מיינט פגם הברית?" וועסטו האבן א געלעגנהייט אים אויסצולערנען ווי צו זיין אפגעהיטן; וואס בדרך כלל רעדן נישט עלטערן פון קדושה, און אפילו די וואס רעדן שוין יא - מורמלען זיך אונטער אפאר ווערטער וואס קינדער כאפן נישט אויף; זיי ווייסן נישט ווי אזוי זיך צו פירן, עס איז זיי שווער ווי און ווען אנצוהייבן רעדן פון דעם. אז דיין קינד וועט פרעגן: "טאטע, וואס איז פגם הברית?" זאלסטו זאגן: "פגם הברית מיינט מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש, דער אייבערשטער זאגט מען דארף זיין הייליג", און אז דיינע טעכטער וועלן פרעגן: "וואס מיינט קדושת הברית?" זאלסטו זיי אויך זאגן: "מען טאר נישט גיין אין א ווינקל מיט א חבר'טע זיך אנרירן אונטער די קליידער, דער אייבערשטער זאגט מען זאל זיין הייליג"; דו וועסט האבן א גוטע געלעגנהייט צו אויסלערנען דיינע טעכטער אז קיינער קען נישט שפילן מיט זייער גוף וכו'.


דערווייל, וואס טוט מען? 'ניין, ביי אונז רעדט מען נישט פון דעם!' ביי אונז שטעקט מען אריין דעם קאפ אין דער ערד און מען זעט נישט דעם בער; נישטא קיין מניוולים, נישטא קיין פראבלעמען, ביז דער בער - דער מניוול - קומט השם ישמרינו, און קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און מען וויינט אז די יוגענט פאלט אוועק, מען זוכט עצות, מען זוכט וועם צו באשולדיגן; ווען רוב רובם פון די וואס לאזן אפ אידישקייט און די וואס נעמען זיך דאס לעבן - איז ווייל דאס לעבן איז זיי מער נישט ווערד, ווייל מען האט זיי מטמא געמאכט השם ישמרינו.


דיקא די בריוו, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן - דאס טוט ראטעווען דעם דור; ווייל וויפיל בחורים און אברכים וויינען אז זיי האבן נישט געוואוסט פון קדושת הברית, זיי קומען פון שטיבער וואס מען רעדט נישט פון דעם, אויך אין חדר און אין ישיבה רעדט מען נישט פון דעם, און נאר דורך די ספרים זענען זיי געווארן ערליך און געוויסט ווי זיך צו אכטונג געבן אויף ווייטער.


וויפיל ווייבלעך וויינען אז זיי האבן געטון נישט גוטע מעשים אין שולע, און יעצט איז דאס לעבן ביטער שווער; זיי וויינען 'קיינער האט אונז נישט געלערנט פון וואס זיך צו היטן'.


די בריוו איז נישט פאר דיר, שלמה המלך ווארנט אונז נישט צו האבן צוטון מיט א נאַר, "פָּגוֹשׁ דֹּב שַׁכּוּל בְּאִישׁ וְאַל כְּסִיל בְּאִוַּלְתּוֹ" (משלי יז, יב), ענדערש זאל מען זיך אנטרעפן מיט א פארציקנדע בער ווי זיך טענה'ען מיט א נאַר, אבער די תמימי לב וואס הערן ליצנות זאלן וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער; רעדן צו די קינדער פון קדושת הברית. מען דארף נישט רעדן איבריגע ווערטער, נאר זאגן: "דער אייבערשטער לאזט נישט אנרירן וכו'".


איך האף דו וועסט אפלאזן די ליצנות.





 


 





 

#43 - רעדן שיין צום מאן
שלום בית, רעדן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת תולדות, ו' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין געווען דעם שבת פרשת תולדות אין שטעטל, איך האב געזען אייער מאן נרו יאיר, א ליכטיגער טייערער אינגערמאן; איך האף איר שעצט אים, איר ווייסט וואס פאר אן אוצר איר פארמאגט, א מתנה פונעם אייבערשטן.


ווען מאן און ווייב רעדן שיין איינער צום צווייטן – קומט די שכינה הקדושה צווישן זיי און עס ווערט א לופט פון גן עדן, און די קינדער וואקסן געזונט בגוף, בנפש, רוח ונשמה. אויב חס ושלום מען רעדט נישט שיין איינער צום צווייטן – גייט די שכינה הקדושה אוועק און דו לופט פון גן עדן גייט אוועק, און עס איז א גרויסע רחמנות אויף די קינדער.


אייער מאן האט איין טאג ממש געוויינט צו מיר אז ער האלט נישט אויס ווען איר שרייט אויף אים מיט נישט שיינע ווערטער, ווי 'משוגע'נער גיי אוועק'; וויל איך אייך בעטן איר זאלט רעדן שיין צו אים און קיינמאל מער נישט נוצן די סארט ווערטער צו קיינעם נישט, און זיכער נישט צו אייער מאן.

#42 - דערצייל פאר דיין כלה נאר גוטע זאכן
שלום בית, רעדן, הדרכות, דאווענען, מנין, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן די שידוך זאל זיין א קשר של קיימא, זאלסט אויפשטעלן שיינע, ערליכע, אידישע דורות.


איך בין גרייט ענק צו באגלייטן, קענסט מיך פרעגן אלע דיינע פראגעס און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דערצייל נישט פאר דיין כלה נאר גוטע זאכן; רעד נישט איבריגע רייד, רעד נישט פון דיין עבר, און פון שוואכקייטן; רעד נאר פאזעטיוו, אזוי וועט זי דיר ארויפקוקן און שעצן.


אויך זאלסטו חס ושלום נישט רעדן קעגן אירע עלטערן, אפילו זי אליינס וויינט און דערציילט ווי מען האט איר נישט געלאזט טון דאס און דאס וכו' וכו' - זאלסטו נישט אנהויבן רעדן קעגן זיי; הער איר אויס און שוין.


גיי דאווען דריי מאל א טאג די דריי תפילות מיט מנין - וועסטו האבן גרויס הצלחה אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#41 - סדר הנסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן, פרשת תזריע מצורע תשפ"ג
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, חינוך הילדים, אמונה, ניגונים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, צדקה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוסדות, זיכוי הרבים, תהלים, חסידות ברסלב, שטעטל, עבודת השם, שאלות, שערן די האר, רעדן, נסיעה, משניות, אומאן, ראש השנה, פרנסה, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, דרייוון, לימוד התורה, תכלית, אמונת חכמים, ישיבה, כשרות, ראש ישיבה, מחשבות, התעוררות, יאוש, תיקון הכללי, התנגדות, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, וויינען, קאמפיין, לייף אינשורענס, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. מיר זענען געפארן מיט א חבורה פון זעכציג חברים תלמידי היכל הקודש, דיין שוואגער האברך אהרן נרו יאיר האט דאס צאמגעשטעלט. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות.


קרית ברסלב


זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער בין איך ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט מיט האברך אלי' קנאל נרו יאיר, מיר האבן דורכגערעדט אויפן וועג אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. קומענדיגע ראש השנה געפאלט דער ערשטער טאג אום שבת קודש און דער צווייטער טאג - זונטאג. ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אז מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און איך וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'.


נוארק


מנחה האב איך געדאווענט אין שטעטל, מעריב האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. דודי לאקס איז געווען בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. אין עירפארט האבן מיר געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. מיר האבן געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, זיי זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. איך האב געשמועסט מיט אים, איך האב אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט מיין שווער שליט"א מיר געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זע איך אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זע איך אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן.


אויפן פליגער האב איך געזען א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו מיר א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל אריינשרייבן פאר אלע חברים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט מיר גענומען אסאך שעות, איך האב אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם בין איך אביסל געשלאפן, נאכדעם האב איך געדאווענט שחרית.


ריישא


מיר זענען אנגעקומען בערך צוועלף אזייגער קיין ריישא, מיר זענען אלע ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען.


עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, משה ראזענבערג און חיים יאקאבאוויטש. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס זענען געפארן צו די עלטערן אויף פסח קיין ארץ ישראל, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים און הרב יחזקאל שארף, אויך לייבי אפפעל, איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע.


ליזענסק


מיר זענען געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע זענען מיר געגאנגען אין מקוה; איך בין געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. איך האב געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער איך האב געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועל איך גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון.


ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות.


אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן.


עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" זענען מיר אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט.


דער שמועס איז מיר געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט מיר א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין.


מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב).


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען.


איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס.


איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי.


עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; וואס זאל איך דיר זאגן, פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה.


איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. מיר האבן גערעדט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען.


עס זענען געווען פראגעס וואס איך האב נישט געענטפערט, פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. איינער פרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; פון די פראגעס האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל.


איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן.


איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים.


איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; מיר האבן גערעדט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג.


מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן.


איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


שינאווא


ביים הייליגן שינאווא רב האבן מיר געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, איך האב געבעטן פאר מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האב איך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. דער ענטפער איז, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים.


לאנצוט


פון שינאווא זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. מיר האבן באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מיר האבן דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל.


איך בין געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האב איך גערעדט רוב וועג אין א מייק, אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג.


וויינען ביי קברי צדיקים


א אינגערמאן האט מיר געבעטן איך זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט.


דינוב


פון דארט זענען מיר געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו.


די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. איך פלעג משמש זיין מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, איך פלעג אים באדינען, פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב איך געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט מיר אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; איך האב געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? פרעג נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?'


דאס צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים - איז פאר מיר געווען די שטערקסטע זאך. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר.


מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? מיר האבן אלע געשמייכלט, וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער.


רימנוב


עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה זענען מיר ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, מיר האבן אלע געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך זענען מיר אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מיר האבן דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האבן מיר געזינגען אידישע ניגונים.


מיר האבן געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מיר האבן געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מיר האבן געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מיך מכבד געווען צו קלאפן א מזוזה. חיים מאיר ערפס איז געווען דער בעל תפילה, מיר האבן געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה.


אויפן וועג האבן מיר ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; איך האב נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ענטפער איז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל.


שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


צאנז


פון דארט זענען מיר געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, איך האב זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמער, מיין בלוט איז סאטמער און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב.


ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האבן מיר געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אונזערע בקשות. איך האב געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, איך האב מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן.


דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, איך האב זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. איך האב געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט.


קראקא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קראקא, מיר זענען אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מיר האבן געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב. נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.


זיבן אזייגער אינדערפרי האט לייבי אפפעל געוועקט דעם עולם, מיר זענען געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האב איך געזאגט ברכת התורה, און פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מיר האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מיר זענען צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האבן מיר זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות.


ראדאמסק


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האב איך נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, איך בין געווען אביסל אפגעמאטערט. איך האב געלערנט מיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האב איך געדרימלט.


מיר זענען אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט זענען מיר געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מיר האבן געדאווענט שחרית דארט, משה עקשטיין איז געווען דער בעל תפילה, תיקון הכללי האבן מיר געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע. אויפן וועג בין איך געשלאפן, איך בין געווארן זייער אויסגעמאטערט.


מנחה האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. איך האב געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א מיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, איך האב אים באגרוסט און אים באדאנקט; איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים.


אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן האברך שבתי מזרחי, מיר האבן זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן.


ניו יארק


דינסטאג נאכט זענען מיר אנגעקומען קיין ניו יארק, איך האב געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה.


טייערער ..., זונטאג אינדערפרי אין שטעטל האב איך דיך געכאפט מיט א משניות, דיך געזען זאגן א שטיק צייט משניות אין די בית המדרש אין שטעטל; איך האב אזוי הנאה געהאט, האסט מיר געגעבן א שטיק לעבן. זה חלקי מכל עמלי, אלעס ביז אהין איז זייער פיין און וואויל, אבער ווען איך זע א אינגערמאן מיטן משניות - איז גאר עפעס אנדערש, איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גוט מקושר צום רבי'ן, ווייל נאר דער וואס לערנט על פי סדר דרך הלימוד - דער איז צוגעבינדן צום רבי'ן.


אם ירצה ה' ל"ג בעומר וועל איך זיין אין מירון. איך פאר מיט מיין משפחה קיין ארץ ישראל, איך מאך בר מצוה מיין נחמן נתן. דו געדענקסט דאך ווען ער איז געבוירן, דו ביסט יענעם זומער אריינגעקומען אין ישיבה, זומער שנת תש"ע. דעמאלט איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, די פראטעסטן, ברוך ה' מיר זענען איבערגעקומען יענע טעג.


יענעם פסח האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, זיי האבן געטראכט אז אזוי וועלן זיי מיך אפשוואכן און איך וועל פארמאכן די ישיבה. למעשה, מיט די חיזוק פון מוהרא"ש - האבן מיר גאר דעמאלט געעפנט די חדר. היינט צו טאגס האבן מיר שוין פינף תלמוד תורה'ס, און ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר עפענען קומענדיגע יאר א תלמוד תורה אין בני ברק, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


איך דארף מקצר זיין, מיר הויבן אן היינט א פרישער זמן אין ישיבה, איך הויב אן פון אנהויב מיט פרישע בחורים, זיי אויסלערנען די וועג פון רבי'ן. איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר געבן כח צו קענען בלייבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געבעטן צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#40 - רעד אסאך צו די קינדער פון רעדן איידל
חינוך הילדים, מלמדים, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס שטייט (זוהר חדש, לך לך) ווען רבי שמעון בר יוחאי איז געקומען אין א שטאט, האט ער געזאגט: "אֲזַלְנָא לְמֶחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ערשט וויל איך גיין מקבל זיין פני השכינה, האבן די תלמידים געפרעגט, וואו איז די שכינה? האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "ביי די תינוקות של בית רבן".


וואויל איז דיר אז דו זיצט מיט די שכינה הקדושה, דו לערנסט מיט די קינדער; איך בין דיך מקנא.


איך וויל דיר בעטן, פאריגע וואך ווען איך בין געווען אין תלמוד תורה ביי ענק, איז צוגעקומען דער קינד ... נרו יאיר מיט א שרעק אויפן פנים, אז עס איז דא א קינד וואס רעדט מיאוס'ע ווערטער, ווי 'איך גיי דיך הרג'ענען', 'איך גיי דיך שחט'ן'; איך פרעג אים: "פארוואס רעדסטו נישט צום מלמד?" זאגט ער: "איך האב שוין גערעדט און מען טוט גארנישט".


איך בעט דיר, רעד אסאך צו די קינדער פון רעדן איידל, און בראק אריין אין זיי 'הקול קול יעקב', אידישע קינדער נוצן די קול צו רעדן צום באשעפער, 'והידים ידי עשיו', עשיו נוצט די הענט, 'ועל חרבך תחי'; שווערד, שפיזן, שלאגן, שעכטן, הרג'ענען; מיר אידן זענען ווייט פון די זאכן.


איך האף צו קומען צו דיר אין כיתה רעדן פון דעם צו די קינדער, אבער מיינע פאר דרשות וועט נישט אזוי סאך אויסמאכן. דער עיקר זאלסטו רעדן און רעדן אן א שיעור ביז די ווערטער וועלן אריינגיין אין זייערע הערצער.


 

#39 - זאג פאר יעדן קינד אז דער אייבערשטער האט אים ליב
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, התחזקות, רעדן, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


טאנץ פאר שמחה אז דיין פרנסה איז לערנען מיט נשמות ישראל. בוי אויף די קינדער, געב זיי גוטע ווערטער, ווייל די קינדער וואס קומען אן צו דיר זענען זייער צעבראכן. מען טראגט זיי פון איין טערעפיסט צום צווייטן, און אז זיי קומען אן צו דיר - דארפסטו נאר געבן גוטע ווערטער; זיי אויפבויען מיט אמונה. זאג פאר יעדן קינד אז דער אייבערשטער האט אים ליב און 'אז מען רעדט צום אייבערשטן - זעט מען ניסים', ווייל נאר דעם רבינ'ס טערעפי העלפט. אז מען רעדט נישט פון אמונה איז גניבה וגזילה יעדע רגע, די אלע וואס שמאכטן זייערע יארן ביי טערעפי ווערן בא'גנב'עט און בארויבט פון די רוצחים וואס זעען אויס ווי זיידענע אידן און זיידענע אידענעס.


טייערער ליבער ברודער, יעדן אינדערפרי זאלסטו זיך מתבודד זיין. גיי אין א שטילע פלאץ פאר אפאר מינוט און שמועס אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן אויף פראסט אידיש. דאס ברענגט נאנט דעם מענטש צום אייבערשטן, די מח ווערט קלאר, דאס לעבן ווערט זיס און געשמאק.


 

#38 - אויב דו זוכסט א גוטער חבר, איך בין גרייט צו זיין דיין חבר
חברים, צדיקים, רעדן, התחדשות, ראש ישיבה, לצנות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מן הסתם ווייסטו נישט ווי שטארק איך בענק זיך נאך דיר, וואלסטו געוויסט ווי איך בענק נאך דיר - וואלסטו זיכער געקומען פון צייט צו צייט, גערופן אדער געשריבן.


טייערער ..., וואס מאכסטו? ווי אזוי גייט דיין עבודת השם? ווי אזוי גייט דיר דיינע שיעורים כסדרן?


אויך וויל איך הערן פון דיין טייערע ווייב תחי'. איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט איר מכבד, ווייל זי איז א טייערע מתנה פון אייבערשטן פאר דיר.


שטארק זיך, נעם זיך נאר גוטע חברים וואס האבן א ריינע שפראך, אנטלויף פון די וואס רעדן ליצנות אויף צדיקים און ניבול פה. אויב דו זוכסט א גוטער חבר, איך בין גרייט צו זיין דיין חבר.


שרייב מיר כאטשיג איין מאל א וואך - וועסטו מיר מחי' זיין.


 

#37 - ווען דו קענסט, זאלסטו רעדן פון רבי'ן
חברים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, רעדן, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, מנהגים, חדר, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין נעכטן געווען אין חדר און אין בית פיגא אין שטעטל, איין זאך קען איך דיר זאגן: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם נישט".


די ווערטער פלעגט מיר מוהרא"ש שטענדיג זאגן. ווען מוהרא"ש איז געקומען באזוכן די ישיבה פלעגט מוהרא"ש שמייכלען צו מיר און זאגן די ווערטער: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם נישט"; די קינדער, די אינגלעך און מיידלעך - אזוי פרייליך, אזוי רואיג, אנגעפילט מיט אמונה, אנגעפילט מיט שמחה; איך בין ארויס פון דארט אזוי פרייליך.


איך בין געפארן כשר'ן מיין קאך, ווייל מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין פסח אין שטעטל. איך האב גע'כשר'ט די קאך און אלעס איבערגעדעקט, מיר פירן זיך אפילו מען כשר'ט דעקט מען איבער אלע קאונטערס, סינקס און טיש, אלע פלעצער וואו מען עסט חמץ.


ווען דו קענסט - זאלסטו רעדן פון רבי'ן; אז דו קומסט אין שול, דו טרעפסט אנשי שלומינו, אדער אין שטוב מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער - רעד פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער צדיק, רבי אברהם שטערנהארץ זכרונו לברכה, אן אייניקל פון רבי נתן זכותו יגן עלינו, אויך אן אייניקל פון טשערינער רב זכר צדיק לברכה, ער האט געקענט דעם גאנצן ספר לקוטי מוהר"ן אויף אויסנווייניג. ער פלעגט אלץ רעדן נאר פון רבי'ן, אפילו אויף דער עלטער ווען ער איז געווען העכער די ניינציג יאר און ער איז געווען זייער שוואך - האט ער גערעדט נאר פון רבי'ן. מען האט אים געפרעגט: "רבי אברהם, וואס מוטשעט איר זיך אזוי צו רעדן פון רבי'ן, איר האט קוים כח?" האט ער געזאגט: "איך מוז רעדן פון רבי'ן, ווייל נאך אביסל קומט דער מלאך המות צו מיר, וויל איך ער זאל מיר צונעמען מיין נשמה אינמיטן רעדן פון הייליגן רבי'ן".


אז מען דריידט זיך אין ברסלב מיינט נישט אז מען האט שייכות מיטן רבי'ן, זוך חברים וואס רעדן פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#36 - דערציילט גארנישט שלעכט פון אייערע עלטערן פאר'ן ענדיגן דעם שידוך
תפילה והתבודדות, שידוכים, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דערציילט גארנישט שלעכט פון אייערע עלטערן; לאזט די שידוך זאל זיך ענדיגן, און נאך אייער חתונה וועט איר קענען דערציילן פאר אייער מאן אלעס וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ. יעצט אז מען האלט נאך פאר'ן פארמאכן די שידוך - זאלט איר גארנישט דערציילן אז זיי קריגן זיך און זיי ווילן זיך גט'ן.


געבט זיך איבער צום אייבערשטן; אים קענט איר שוין אלעס דערציילן, און דעם אייבערשטן זאלט איר אלעס דערציילן. דער וואס שמועסט מיטן אייבערשטן - דער לעבט א גן עדן לעבן, מען שפירט א זיסקייט, א טעם אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#35 - נישט נאכזאגן ווערטער וואס איך זאג פאר יחידים צו טון
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רעדן, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו שמועסן די זאכן צווישן פרויען וכו'.


איך בעט אייך, מען זאל נישט נאכזאגן ווערטער וואס איך זאג פאר יחידים צו טון, זאל מען נישט זאגן אז דאס דארפן אלע טון; אז די פרוי וויל דאס טון קען זי דאס טון, און אז דער מאן וויל זאל זי דאס טון, אבער אויב די האר שטערט נישט פאר די מאן און ווייב דארף מען דאס נישט טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#34 - אכטונג געבן וואס מען רעדט אין בית המדרש
קינדער, חסידות ברסלב, רעדן, בית המדרש, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, ל"ה שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, ווען איך האב געעפנט אונזער מוסד האב איך געהאט אסאך זאכן וואס האט מיך געשטערט. עס זענען געווען קינדער וואס זענען געקומען פון זייער גוטע משפחות וואס האבן גערעדט די זאכן מיט די קינדער; בעצם איז דאס נישט קיין שלעכטס, עס איז נישט קיין ניבול פה צו רעדן ווען עס גייט זיין א שמחה אין די משפחה, אבער ביי אונז איז דאס א זאך וואס מען רעדט נישט מיט די קינדער. מיר האבן גערעדט מיט די מלמדים און לערערינס אז ווען זיי הערן קינדער רעדן פון קומענדיגע שמחות זאל מען פארדרייען די שמועס און שיינערהייט רעדן צו די עלטערן אז מען זאל פרובירן נישט צו רעדן פון דעם ווייל אונזערע קינדער ווערן צעמישט.


דער אינגערמאן ... נרו יאיר איז א טייערער אינגערמאן, הלואי זאלן מיר האבן נאך אזעלכע אינגעלייט. אפשר איז כדאי זאלסט רעדן מיט אים, ער זאל צולייגן קאפ פאר ער רעדט די זאכן אין שול, אויב שטייען דארט אינגלעך און בחורים.


העיקר בעט איך דיר טייערער ברודער, שטארק זיך מיט דיין עבודות השם. זיי זיך מתבודד יעדן טאג און לערן דיינע שיעורים כסדרן, ווייל אז מען פאלגט דעם רבי'ן קומט מען אן צו זייער שיינע זאכן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#33 - רעדט נישט מיט קיינעם פון אייער עבר
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רעדן, פרויען צאמקום, עבר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, י' שובבי"ם, כ"ד טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך וויל אייך זייער בעטן, רעדט נישט מיט קיינעם פון אייער עבר, מאכט זיך נישט צו-נאַר פאר אנדערע. וואס דארפט איר דערציילן וואס איז אריבער אויף אייך איידער אייער התקרבות; אז איר האט געהאט א שלעכטע חבר וכו' וכו', איר מאכט זיך צו-נאַר פאר יעדן, און אויך ווערט אייער מאן צו-נאַר.


איך בעט אייך זייער, טוט מיר די טובה, רעדט נישט די זאכן, רעדט נאר שיינע זאכן; רעדט פון אייערע קינדער. ביי די פרויען צאמקום זאלט איר רעדן נאר פון שיינע זאכן; פרויען ווערן דערשראקן, און נאכדעם וועט אייך עס שאטן.


איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער.