בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הדרכה פאר א פרישער אינגערמאן
שלום בית, עבודת השם

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק מיר זייער נאך דיר, איך האף אז אלעס איז בסדר ביי דיר.


זע זיך צו פירן אין שטוב וכו' אזוי ווי דו האסט געלערנט אין ישיבה; געדענק צו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב. זאל דיר קיינער נישט איינרעדן אז עבודת השם איז נאר אין שול און אין כולל; הער נישט צו צו די וואס זאגן אז די שטוב איז א שטער צו עבודת השם.


שלמה המלך זאגט (משלי יב, י): "יֹדֵעַ צַדִּיק נֶפֶשׁ בְּהֶמְתּוֹ", דער צדיק געבט אכטונג אויף זיין שטוב; ער לייגט צו קאפ זיי צוצושטעלן וואס זיי דארפן, אן ערליכער איד האט רחמנות אויף זיין שטוב.


עס נעמט צייט ווי לאנג א פארפאלק שטעלן זיך אויף די אייגענע פיס; עס איז א נארמאלע זאך אז אין אנהייב לויפט די פרוי צו אירע עלטערן און עס איז א פארשטענדליכע זאך אז זי שעמט זיך אין אנהייב וכו'. עס נעמט צייט ווי לאנג זי שעמט זיך נישט פון איר מאן וכו'; מען דארף אויסווארטן מיט געדולד ביז מען ווערט נאנט וכו'.


איך ווארט דו זאלסט מיר רופן וכו'; אז איך הייב נישט אויף מיינט נישט אז איך וויל נישט רעדן מיט דיר. זיי מיר דן לכף זכות, איך בין אזוי פארנומען מיט די תלמידי הישיבה און מיט די שיעורים וכו', אז אסאך מאל קען איך פשוט נישט אויפהייבן, אבער איך ווארט צו רעדן מיט דיר.


זיי געזונט און שטארק; זיי פרייליך ווייל גאט איז שטענדיג מיט דיר.