בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די הייליגע ארבעט איז א גרויסע עליה פאר דיין טאטנ'ס נשמה
הפצה, ניחום אבלים, שפתי תפתח

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיך טרייסטן אויף די פטירה פון דיין טאטע, הרב ר' ... זכרונו לברכה, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, דער אייבערשטער זאל דיך טרייסטן זאלסט נישט האבן קיינמאל צער.


יעצט זאלסטו זיך מער באפלייסן מיט דיין הייליגע ארבעט פון ארויסגעבן די קונטרסים עצתו אמונה, מיט די ספרים איש אמונות, חזית איש, יכיר איש, איש תבונה אויף משלי, והעיקר ספר שפתי תפתח אויף ליקוטי מוהר"ן; דאס וועט זיין א גרויסע עליה פאר דיין טאטע, ווייל אז א קינד איז עוסק אין ברענגען מענטשן צום אייבערשטן ווערט א רעש אין הימל, א מהפכה, אלע נשמות קומען צו דעם טאטנ'ס נשמה און פרעגן: "וואס האסטו זוכה געווען אז דורך דיר ווערט דער אייבערשטער גרויס?" ווייל ווען מען ברענגט צוריק ווייטע מענטשן צום אייבערשטן, זאגט דער הייליגער זוהר, ווען ווייטע מענטשן קומען צוריק און לויבן דעם אייבערשטן - ווערט דעם אייבערשטנ'ס נאמען געגרויסט, דאס איז די עכטע קדיש פאר א נשמה, דאס איז יתגדל ויתקדש שמיה רבה.


ביטע שיק מיר די הגהות פון די אינגעלייט וואס האבן מגיה געווען די ערשטע צען סימנים פון ספר שפתי תפתח, איך וויל עס איבערגיין און ענדיגן מען זאל דאס שוין ארויסגעבן, ווייל די קרן הדפסה האט יעצט געשאפן א נדבן פון פופציג טויזנט דאלער פאר די מהדורה פון שפתי תפתח, די זיסע גרינגע אידישע פירוש אויף ספר ליקוטי מוהר"ן, דאס וועט מאכן א גרויסע דורכברוך אין די וועלט, אלע וואס רעדן אידיש וועלן אנהייבן פארשטיין דעם ליקוטי מוהר"ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.