בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#20 - ניחום אבלים אויף די פטירה פונעם טאטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, אמונה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר מנחם זיין אויף די פטירה פון דיין טאטע עליו השלום, המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער און פלאג.


זאלסט רופן דיין מאמע יעדן טאג, מען דארף נישט ווארטן ווען עס פאסירט עפעס שלעכטס אנצוהויבן מכבד זיין די עלטערן, מען דארף שטענדיג רופן די עלטערן, און זיכער יעצט ווען דיין מאמע איז געבליבן אן אלמנה - זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו רופן יעדן טאג דיין מאמע און איר אויסהערן אירע רייד.


אויך זאלסטו זיך מאכן א קביעות יעדן טאג נאך שחרית צו לערנען א פרק משניות מיט די טלית ותפילין לעילוי נשמת דיין טאטן עליו השלום, דאס איז די גרעסטע זאך וואס א קינד קען טון פאר די נשמה פון זיין טאטע, לערנען יעדן טאג א פרק משניות פאר זיין נשמה.


שטארק זיך, שטארק זיך מיט אמונה, דער אייבערשטער האט א פינקטליכע פלאן, די וועלט פירט זיך נישט אליין חס ושלום, די וועלט האט א מנהיג, א פירער, יעדע זאך איז מיט א פינקטליכער חשבון, און אויך פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, עס האט נישט מיט א קלוגער קאפ אדער געלונגענע הענט, דער אייבערשטרע געבט פרנסה, בעט אים יעדן טאג מיט א תמימות און לב נשבר ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר געבן שפע ברכה והצלחה, זאלסט קענען מפרנס זיין דיין שטוב.


גיי יעדן טאג אין א ווינקל און זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאג אים אפאר ווערטער פון הארץ, און אז די הארץ איז קאלט און פארמאכט זאג אפאר ווערטער נאר מיטן מויל אן קיין געפיל, זאג: "רבונו של עולם העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין פרייליך, און געב מיר פרנסה, איך זאל קענען אפצאלן מיינע חובות, און העלף מיר מיט מיינע קינדער, איך זאל זען נאר נחת ביי זיי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#19 - דער אייבערשטער זאל דיך טרייסטן
אמונה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, דער אייבערשטער זאל דיך טרייסטן אויף די שרעקליכע טראגעדיע פון דיין טייערער בחור, דיין טייערער זון עליו השלום; ווער קען פארשטיין די צער פון א טאטע וואס פארלירט א זון, א יונגע ביימל.


דער אייבערשטער זאל דיך טרייסטן זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער און זאלסט קענען זיך שטארקן מיט א שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער מאכט אלעס בצדק ובמשפט ובחסד וברחמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - ביי א ניחום אבלים, רעדט מען נאר פון די גוטע זאכן וואס בלייבט
נקודות טובות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תבא לאומאן, י"א אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך דער זומער איז אריבער אזוי שיין, מיר זענען נעכטן נאכט אהיים געפארן; עס איז געבליבן צוויי וואכן צו די נסיעה צום הייליגן רבי'ן.


נעכטן בין איך געווען מנחם אבל זיין משפחת פיש, זיי זיצן שבעה אין שטעטל נאך זייער ברודער יואל משה יצחק עליו השלום. וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין פונדאסניי נאכאמאל איבערצייגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן, מיר זאלן זיך צוהערן וואס מען רעדט ביי א ניחום אבלים, מען רעדט פונעם נפטר'ס גוטע מעשים, פון זיין תורה ותפילה, פון זיין תמימות ופשיטות.


נעכטן ביים זיצן מיט די משפחה האב איך געהערט אזעלכע שיינע זאכן אויף אים, ווי ער האט יעדן טאג געלערנט אור החיים הקדוש, ער איז געווען זייער צוגעקלעבט צו דעם הייליגן צדיק. אויך האט מען דערציילט אז ער האט אלץ מקפיד געווען אויף מקוה און אויף דאווענען, ער האט קיינמאל נישט גערעדט מיט די תפילין און ער איז אלץ געווען מיט אמונה. איך בין זייער נתעורר געווארן, אז נאר דאס בלייבט, נאר די גוטע זאכן וואס מען טוט, וואס מען כאפט אריין - נאר דאס בלייבט; קיינער האט נישט גערעדט וויפיל הייזער ער האט איבערגעלאזט און וועגן זיין ביזנעס, מען האט גערעדט נאר זאכן וואס איז חשוב.


דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ברודער, וועק זיך אויף און לויף אין שול דאווענען. טאנץ אריין אין מקוה, כאפ א משניות, א חומש, א תהילים און כאפ אריין גוטע זאכן.


איך האב יעצט אינדערפרי א ברית אין ישיבה און באלד איז דא א חתונה אין ישיבה; איך קען נישט מאריך זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#17 - זיך טרייסטן נאך די שווערע פארלוסט פון די טייערע באליבטע מאמע
אמונה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, ערב ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע משפחה, משפחת ... שיחיו


המקום ינחם אתכם, דער אייבערשטער זאל אייך טרייסטן אויף די גרויסע ווייטאג פון די פטירה פון ענקער טייערע באליבטע מאמע, מרת ... עליה השלום; דער אייבערשטער זאל ענק טרייסטן, איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין ווייטאג און צער.


ענקער מאמע איז ארויף אין הימל מיט אזויפיל גוטע מעשים, זי האט מיטגענומען אזויפיל זכותים מיט זיך, מען קען זיך נישט פארשטעלן דער שכר וואס איז איר אנגעגרייט אין הימל אויף אלע אירע מעשים טובים און פארן אויפברענגען אזא טייערע דור, ערליכע אידן, קינדער און אייניקלעך יראי השם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קטז.) ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און לאזט איבער קינדער וואס גייען בדרך התורה, איז "כְּאִילוּ לֹא מֵת", עס איז אזוי ווי ער לעבט נאך. אזוי ווי עס שטייט (מלכים-א כא, יא): "וַהֲדַד שָׁמַע בְּמִצְרַיִם כִּי שָׁכַב דָּוִד עִם אֲבֹתָיו, וְכִי מֵת יוֹאָב שַׂר הַצָּבָא", דער קעניג פון מצרים האט געהערט אז דוד ליגט און זיין גענעראל יואב איז געשטארבן, פארוואס ביי דוד המלך שטייט "שָׁכַב דָּוִד" און ביי יואב שטייט "מֵת יוֹאָב"? נאר ווייל דוד המלך האט איבערגעלאזט קינדער צדיקים, הייסט עס נישט ווי ער איז געשטארבן נאר כאילו ער שלאפט; ענק האבן איר נישט פארלוירן, זי בלייבט מיט ענק.


די ווייטאג איז זייער גרויס, אז מען פארלירט א מאמע איז געפערליך; אבער איר דארפט מיט אלע ענקערע כוחות זיך שטארקן מיט אמונה, און חס ושלום נישט אריינפאלן אין עצבות, ווייל אויב די קינדער זענען בעצבות האט די נשמה פון דעם גרויס צער; דארפט איר זיך זייער שטארקן מיט אמונה, גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, (דברים לב, ד): "קֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", דער אייבערשטער מאכט נאר גוט; מיט אמונה וועט איר קענען זיין בשמחה, אזוי וועט די נשמה האבן א רו.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז אלע און אונז שוין שיקן משיח צדקינו במהרה בימינו.


 

#16 - וועק דיך אויף, וואס בלייבט פונעם מענטש?
תפילות אויף אידיש, מוסדות, תכלית, חדר, פסח, מעביר סדרה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך געווען מנחם אבל זיין משפחת ..., זייער זון הבחור יוסף איז נפטר געווארן. ער האט געלערנט ביי אונז אין חדר אפאר יאר, ביז זיי האבן זיך אוועקגעצויגן פון וויליאמסבורג. דער בחור יוסף עליו השלום האט שטענדיג געזאגט תהילים און שטענדיג ליב געהאט צו דאווענען, ווען איך פלעג אים זען - האב איך אים געזאגט: "יוסי, דער רבי וואלט דיך אזוי ליב געהאט"; ווייל דער רבי האט ליב געהאט פשוט, פראסט. אזוי ווי רבי נתן ברענגט (חיי מוהר"ן, סימן תקכ): "היה אוהב מאוד את העבודות הפשוטות של האנשים הפשוטים יראי ה' וכו", דער רבי האט זייער ליב געהאט די וועג ווי אזוי פשוט'ע אידן דינען דעם אייבערשטן, "והיה אוהב מאד מי שיכול לומר הרבה תחנות ובקשות בתוך הסדורים הגדולים וכו", און דער רבי האט ליב געהאט די וואס זאגן אסאך תפילות אין די גרויסע גראבע סידורים.


איך שרייב דיר דאס אלעס, דיר צו געבן א קיצל, א וועק אויף, זאלסט אנהויבן זען וואס בלייבט פונעם מענטש; די קאפיטלעך תהילים, די פרקים משניות - דאס נעמט מען מיט, עפעס אנדערש איז גארנישט אינטערעסאנט.


היינט האבן מיר געטאנצן אין ישיבה מיט אלע בחורים וואס האבן שוין זוכה געווען צו מסיים זיין ספר שמות, מיר האבן געטאנצן די ניגון פון "חזק חזק ונתחזק"; עס איז אזא שמחה ווען מען איז זוכה צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, תרגום און רש"י און מען ענדיגט די פרשה.


דאגה נישט פאר געלט אויף יום טוב פסח, געלט אויף פסח וועט זיין, ענדערש גיי שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ווי נעמט מען די קדושה פון פסח? ווי איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע קטנות הדעת?"


איך דארף גיין צו די קינדער. אלע וואכן מיטוואך גיי איך אין תלמוד תורה אין וויליאמסבורג פראווען סיומים פון קינדער וואס זענען מסיים במשך די וואך משניות וכדומה.


איך וועל דיר שפעטער שרייבן נאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#15 - א מקוה אין די נייע געגנט, מקוה רחל שמחה
מקוה, צדקה, שטעטל, ניחום אבלים, וואלן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן פון קיין צער און ווייטאג.


יעצט הער איך אז דו ביסט מנדב די מקוה אין די נייע געגנט פון ירושלים לעילוי נשמת דיין שוועסטער וואס איז יעצט נפטר געווארן, דאס איז א גרויסע זכות פאר איר נשמה; זאלסט א נאמען געבן די מקוה "מקוה רחל שמחה".


נעם אן די ניחום אבלים בכתב. זיי מיך דן לכף זכות, איך בין זייער טרוד. איך האב געטראכט ארויסצוקומען צו דיר, אבער יעצט זע איך אז עס איז נישט שייך; נעם אן די בריוו אזוי ווי איך וואלט געקומען.


בנוגע די וואלן וואס גייט יעצט זיין; מיר אידן האבן נישט קיין שייכות - נישט לכאן און נישט לכאן. אבער אז איינער פון די וואס לויפן זענען גרייט צו העלפן אונזער קהילה; מען זאל נישט צאלן הויכע שטייער און לאזן מאכן שולן און מוסדות - וועלן מיר שיקן די גאנצע קהילה זיי ערוועלן. איך וועל נאך רעדן מיט דיר אין אן אנדערע געלעגנהייט.

#14 - איך וויל דיר שיקן מיינע טרייסט ווערטער
משניות, נשמה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב יעצט געהערט די ביטערע נייעס פון דיין טאטנ'ס פטירה, איך וויל דיר שיקן מיינע טרייסט ווערטער פון דערווייטנס אבער אין הארץ זענען מיר זייער נאנט. המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, מיר זאלן נישט וויסן פון קיין צער און ווייטאג.


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג משניות פאר דיין טאטעס נשמה. דאס איז די גרעסטע זאך וואס א קינד קען טון פאר זיין טאטעס נשמה, מזכה זיין מיט לימוד משניות.

#13 - איר זאלט ווייטער מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע'ס נשמה
כיבוד אב ואם, צניעות, תהלים, נשמה, שולד געפילן, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


איך האב געהערט די שרעקליכע נייעס אז אייער מאמע איז ליידער נפטר געווארן אין אייער לעצטע טאג פון די שבע ברכות. זאלט איר אבער וויסן אז אייער מאמע האט געהאט פון אייך גרויס נחת, זי האט נישט אויפגעהערט צו דאנקען דעם אייבערשטן פון די נחת וואס איר האט איר געברענגט יעצט ביי די חתונה. זי איז געווען אזוי פרייליך ביי די חתונה, זי האט אלעמען אזוי שיין באדאנקט, זאלט איר נישט האבן חס ושלום קיין שולד געפיל.


איך בעט אייך זייער, טרייבט ארויס אלע שולד געפילן, יעצט זאלט איר זי מאכן ווייטער א נחת רוח פאר איר נשמה. זי זיצט יעצט אין גן עדן און קוקט אויף אייך, צו זען ווי שיין איר פירט זיך. זי שעפט נחת פון אייער צניעות, פון אייער ערליכקייט, זי האלט אלעס ווייטער מיט פון די משפחה. ביי ערליכע אידן איז נישטא די זאך פון שטארבן; די נשמה לעבט, די נשמה זעט, די נשמה קוועלט פון נחת ווי די קינדער פירן זיך בדרך התורה.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, וועט דאס זיין לעילוי נשמתה, און שטארקט זיך מיט אמונה פשוטה, אז וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט.

#12 - אז דו וועסט נישט היטן די אויגן, וועסטו אלעס פארלירן
תפילה והתבודדות, שמחה, קדושה, אמונה, משפחה, בזיונות, מאוויס, עבירות, חסד, תכלית, ישיבה, מנהגים, ראש ישיבה, שמירת עינים, דאווענען, קשיות, פרויען צאמקום, ניחום אבלים, הצלה, סיפוק, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האב איך זיך זייער נישט גוט געשפירט, עס האט געהייסן איך וועל אויפנעמען אינגעלייט, אזוי ווי געווענליך יעדע זונטאג נעם איך אויף די חתונה געהאטע תלמידי הישיבה, אבער איך האב נישט געקענט, איך האב שווער געאטעמט, איך בין פארקילט.


דיר בעט איך זייער, היט דיינע אויגן; קוק נישט קיין שמוציגע בילדער, עקעלדיגע ווידיאוס. אויב מען איז מפקיר די אויגן - פאלט מען אראפ אין די שרעקליכע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. די עבירה הרג'עט דעם מענטש, מען פארלירט אלעס; מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט די ווייב מיט די קינדער, מען פארלירט די טעם פון דאווענען און לערנען, ועל כולם פארלירט מען די הייליגע אמונה; מען ווערט אנגעפילט מיט קשיות אויפ'ן הייליגן באשעפער, אלץ דורך די עבירה פון פגם הברית.


דו ווייסט דאס אז יעדער גנב לאזט נאך פיס טריט אונטער זיך, נישטא אזא זאך איינער זאל זיך קענען ארויסדרייען, ביים סוף קומט מען אן אין תפיסה. אזוי אויך, ווער עס באהאלט זיך מיט אן עבירה מיינט אז ער קען זיך באהאלטן, אבער ביים סוף קומט ארויס די סוד, דעמאלט איז גאר ביטער, מען ווערט פארשעמט פאר אלעמען; די ווייב אנטלויפט, און אפילו מען וועט איר זאגן נישט אנטלויפן האט דאס שוין יענע טעם, יענץ פנים; זי קען נישט לעבן מער אינאיינעם וכו' וכו', די קינדער שעמען זיך פון אזא טאטע, און אזוי ווייטער, דעריבער זאלסטו שוין באצייטנס אפלאזן אלע דיינע קשרים וכו'.


זוך דיר נישט קיין צרות. אפילו ווען דו ווילסט טון א חסד וכו' - זאלסטו טון חסד מיט מענער, און דיין ווייב זאלסטו לאזן טון חסד מיט פרויען, דו געב אכטונג פאר דיין לעבן. דערפאר האב איך גרויס חשק אין שטעטל אז פרויען זאלן זיך אויסלערנען צו קענען ראטעווען לעבנס, ווייל די שטעטל איז קליין, אלע קענען זיך, איז וואס פעלט אויס אינגעלייט זאלן זיך באשעפטיגן מיט זיי; ענדערש זאלן פרויען טון חסד מיט פרויען און מענער מיט מענער.


איך בין נעכטן געווען מנחם אבל זיין מיין מחותן, דער שווער פון אונזער מנהל ר' מרדכי אינדיג נרו יאיר, הרב ..., ער זיצט שבעה נאך א ברודער זיינע, טאטע פונעם מלמד ...; וואס זאל איך דיר זאגן, מען זעט ממש וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען גייט מנחם אבל זיין, דארט הערט מען נאר רעדן פון תורה, תפילה און תמימות; קיינער רעדט נישט פון קיין געלט, מען רעדט נישט פון הייזער, מען רעדט נאר דבורי תכלית.


ביינאכט האב איך זיך שוין בעסער געשפירט, בין איך צוריק אין ישיבה פארלערנען דעם בלאט גמרא. אם ירצה ה' מיטוואך זענען מיר מסיים מסכת כתובות און מען הויבט אן מסכת נדרים.


זאג דיינע בחורים זאלן קומען אין ישיבה מיט א מסכת נדרים, און אויב דיין בחור האלט מיט די הלכה שיעור - זאל ער ברענגען א הלכות שבת, מען גייט לערנען סימן שי"ח - הלכות בישול. און דיינע יונגערע בחורים זאלן אויך ברענגען מסכת סוכה.


היינט זאגט מען נישט יום כיפור קטן, וסימנך מלבד ח'ט'א'ת הכיפורים, יעדע ערב ראש חודש זאגט מען יום כיפור קטן, אויסער די פיר חדשים וואס איז ראשי תיבות חטא"ת: ח'שון ט'בת א'ייר און ת'שרי - זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


היינט נאכט וועט זיין די פרויען צאמקום, מען האט צעטיילט די צאמקום, מען קען מיטהאלטן די שיעורים סיי אין בית המדרש עצתו אמונה און סיי אין בית המדרש אשר בנחל; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין שעפן פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - גרייט זיך אן א שיינע מעשה צו דערציילן ביים שבת טיש
כיבוד אב ואם, חברים, חינוך הילדים, שווער און שוויגער, הדפסה, שטעטל, קאמפיוטער, בית המדרש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אידישע שטוב, ראש ישיבה, ניחום אבלים, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בראשית, מברכים החודש, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שיינע שבת סעודות. עס דארף נישט זיין קיין לאנגע סעודות; דער עיקר, עס זאל זיין סעודות מיט זמירות און שיינע דיבורים פון אמונה, פון תפילה; גרייט זיך אן א שיינע מעשה - אדער פון תפילה אדער פון א צדיק.


געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט צו דיינע עלטערן; רעד מיט דרך ארץ און עהרע. עס איז גארנישט ווערד וואס מען טוט צו העלפן די עלטערן אויב מען רעדט מיט חוצפה, אפילו דו געבסט געלט פאר דיינע עלטערן, אויב טיילסטו זיי איין וואס צו טון - איז דאס גארנישט ווערד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת" עס איז דא אמאל איינער וואס געבט צו עסן פאר זיינע עלטערן געשטאפטע גענז, "וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם" און ער גייט אין גיהנום, אויב ער רעדט צו זיי מיט זלזול.


דאס זעלבע זאלסטו אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף דיין שווער און שוויגער; כל שכן אז דו זאלסט נישט טשעפען דיין ווייב מיט אירע עלטערן. געב אכטונג אויף איר כבוד, און געב אכטונג אויף דיינע קינדער'ס געזונט; אז קינדער הערן ליצנות אויף זיידע און באבע - וואקסן זיי קרום.


דאס בעסטע איז אז דו זאלסט נעמען דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערנען די הייליגע תורה אפילו אן פארשטיין - וועסטו ווערן אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק. נעם א משניות, א גמרא - און הויב אן זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, לערן א פרק נאך א פרק, א בלאט נאך א בלאט; אלעס וועט זיך ביי דיר טוישן, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק; ווען מען לערנט די תורה ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


נעכטן בין איך געווען א גאנצן טאג אין שטעטל. אויפ'ן וועג האב איך זיך אפגעשטעלט אין קרית יואל מנחם אבל זיין אונזער טייערער חבר, דער חשוב'ער מלמד ... וואס זיצט שבעה נאך זיין טאטע. עס איז געווען אזוי אינטערעסאנט, "בא לחזק" איך בין געקומען מחזק זיין, "ונמצא מחוזק" און איך בין ארויס מחוזק; ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו הויבט אן גיין פייער, מען פארגעסט וואס טוט זיך ארום זיך, מען רעדט פון אמונה מיט אזא פייער.


פון דארט בין איך געפארן קלאפן א מזוזה אינעם נייעם בנין וואס מיר גייען יעצט נוצן פאר א פלאץ וואו מען וועט קענען נוצן קאמפיוטערס צו קויפן זאכן און ערלעדיגן זאכן אן דארפן ארייננעמען א קאמפיוטער אין שטוב, אן דארפן ארייננעמען א טעלעפאן אין שטוב. דארט וועט אויך זיין א געשעפט פאר קליידער פאר יונג און אלט - פאר ממש בחינם; דאס איז ביי מיר זייער א חשוב'ע זאך, צו קענען צושטעלן פאר אנשי שלומינו א וועג צו לעבן אן קיין חובות.


פון דארט בין איך געגאנגען צום בנין הדפסה מחזק זיין די מדפיסים. ווען מען קומט אריין אין בנין הדפסה זעט דאס אויס ווי א חלום, עס שטייען אינגעלייט און דרוקן ספרים, קונטרסים; הונדערטער טויזנטער ספרים און קונטרסים וואס רעדן און פארשפרייטן אמונה, חיזוק און עצות פאר'ן לעבן.


פון דארט בין איך געפארן צום בנין התלמוד תורה. איך האב געדאווענט מנחה מיט די קינדער, נאכדעם בין איך געווען אין די כיתות, איך האב גערעדט מיט די קינדער. וואס זאל איך דיר זאגן, די קינדער זענען אזוי ליכטיג, אזוי טייער, אזוי ריין; אנגעפילט מיט אמונה, מיט תפילה. יעדער האט מעשיות פון תפילה, ווי נאר איך קום אריין אין חדר לויפן מיר די קינדער נאך מיט מעשיות פון תפילה.


איך בין געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין התלמוד תורה; עס זעט שוין אויס כמעט פערטיג, איך האף צום אייבערשטן מען וועט אריינגיין אינעם נייעם בנין בקרוב.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן די נייע הייזער וואס מען בויט יעצט אין שטעטל, און געגאנגען קלאפן מזוזות ביי נייע הייזער; ביי מיין זון, און ביים גבאי פון דעם נייעם בית המדרש פעולת הצדיק אויף די גאס רע"ד קלי"ף. אויך בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש פעולת הצדיק; עס איז א שיינע ווארעמע ווינקל.


מיר זוכן צו בארגן א ספר תורה, (אויב דו ווייסט ווער עס קען מיר פארבארגן א ספר תורה פאר א שטיק צייט - לאז מיר וויסן, נאך אביסל ענדיגן מיר שרייבן פרישע דריי ספרי תורה).


פון דארט בין איך אהיימגעקומען און גלייך געגעבן די שיעור.


איך דארף דיר נאך שרייבן פון אונזער שיינע יום טוב וואס מיר האבן געהאט, ועוד חזון למועד.


דעם שבת וועל איך אם ירצה ה' זיין אין וויליאמסבורג.


א פרייליכן שבת.

#10 - יעצט וועט דיין מאמע ארויפגיין ביז די העכסטע פלאץ אין גן עדן
כיבוד אב ואם, משניות, שולד געפילן, ניחום אבלים, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט האב איך געהערט די נייעס פון די פטירה פון דיין מאמע עליה השלום, איך וויל דיר מנחם זיין; המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט און צו ביאת משיח צדקינו.


יעצט וועט דיין מאמע ארויפגיין העכער און העכער ביז די העכסטע פלאץ אין גן עדן, אזוי זאגט מוהרא"ש; ווען א נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל און לאזט איבער אויף די וועלט א קינד וואס פאלגט דעם רבי'ן און ער איז צוגעבינדן צום רבי'ן - טוט זיך א רעש און א טומל, אלע נשמות זענען מקנא די נשמה, ווייל ווען מען לאזט איבער א קינד וואס איז זיך מתבודד, רעדט צום אייבערשטן און לערנט די הייליגע תורה - גייט די נשמה העכער און העכער, מען קען נישט משיג זיין וואס פאר א תענוג די נשמה האט אויבן אין הימל.


שטארק זיך, לערן יעדן טאג משניות; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין - וועסטו מאכן א נחת רוח פאר איר נשמה און אויך פאר דיין נשמה.


איך האף צום אייבערשטן דו וועסט זיך קענען צאמנעמען, ארויסטרייבן אלע שלעכטע מחשבות וכו'. זייער אסאך מאל ווען מען פארלירט א טאטע אדער א מאמע - ווערט מען צעטומלט, מען הויבט אן טראכטן שלעכטע מחשבות וכו', מען באשולדיגט זיך, מען טראכט 'איך האב נישט גענוג געטון', אדער מען טראכט 'וועגן מיר האט דאס פאסירט', דאס איז נישט קיין גוטע מחשבות, דאס איז נישט גוט פאר די נשמה, די שולד געפיל שטערט די רוה פון די נשמה.


גיי התבודדות יעדן טאג, רעד זיך אויס צום אייבערשטן; דערצייל אים אלעס, דערצייל אים דיינע מחשבות, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף די גאנצע משפחה און אויף אונז אלע.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#9 - דיין טאטע קומט ארויף אויבן מיט פילע גרויסע זכותים
צדיקים, משניות, מוהרא"ש, זכותים, לימוד התורה, תכלית, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


ברוך דיין האמת, איך האב יעצט געהערט די ביטערע נייעס אז דיין טאטע עליו השלום איז נפטר געווארן.


דיין טאטע איז מיר געווען זייער א גוטער פריינט, ער איז מיטגעשטאנען מיט מיר פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה ביזן לעצטן טאג, ער האט מיר אלץ מחזק געווען, אלץ געגעבן גוטע ווערטער.


אויך האט דיין טאטע געלערנט יעדן טאג פון אנהויב פון זיין התקרבות צו מוהרא"ש ביז ממש לעצטנס ווען ער איז אריין אין שפיטאל - ח"י פרקים משניות, מיט נאך אסאך שיעורים. די תורה, די פרקים משניות - וועט אים היטן אין קבר. דו דארפסט נישט זארגן פאר דיין טאטע, אים איז יעצט גוט און ליכטיג, ער איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דיין טאטע האט זיך אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער זיין גאנץ לעבן, פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת האט ער געטון פאר אנדערע, אן באקומען גארנישט באצאלט. ער האט געהאלפן צעבראכענע אידן, צעבראכענע נשמות, אזויפיל שווערע פרשיות פון חולי נפש האט ער געהאלפן. ווען עס איז מיר אנגעקומען א שווערע פרשה צו העלפן איינעם אויסהיילן בגוף ונפש - האט ער אלץ געהאלפן מיט אזא מסירות נפש; דאס וועט אים יעצט היטן, ער האט גוטע קליידער אויבן אין הימל מיט וואס זיך אנצוקליידן. אזוי זאגט דער רבי, די מצוות פון העלפן אנדערע - דאס זענען קליידער פאר די נשמה, די נשמה זאל זיך נישט דארפן שעמען אויבן אין הימל.


ועל כולם, דיין טאטע האט זוכה געווען צו משמש זיין מוהרא"ש בחיים חיותו, וועט ער זיכער ווייטער משמש זיין מוהרא"ש אויבן אין הימל. דיין טאטע איז געווען זייער געטריי פאר מוהרא"ש, איך האב געזען אסאך ביי מוהרא"ש, עס זענען געווען אסאך וואס האבן משמש געווען, אבער נישט יעדער איז געווען געטריי, אסאך האבן געהאט אייגענע אינטערעסן, דיין טאטע עליו השלום איז געווען געטריי פאר מוהרא"ש אן קיין שום אייגענע נגיעות; זעלטן צו זען אזא משמש ביי א צדיק.


דער אייבערשטער זאל דיר טרייסן, דיר און דיין טייערע מאמע; איך וועל איר באזונדער שרייבן א בריוו, איר טרייסטן, מיט דיינע ברידערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו משיח צדקינו און צו תחיית המתים במהרה בימינו.

#8 - נאך דיין ביטערע דורכגאנג, דארפסטו זיך שטארקן אנצוגיין ווייטער
קינדער, צרות, אמונה, שלום בית, התחזקות, נסיונות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברוך דיין האמת, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, האב נישט קיין קשיות און קיין תרעומות חס ושלום אויפ'ן אייבערשטן.


מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס מיר פארשטייען נישט דרכי המקום - דאס איז די גרויסקייט פונעם אייבערשטן, וואלטן מיר אלעס פארשטאנען - וואלט געווען כביכול די שכל פונעם אייבערשטן אזוי ווי אונזער שכל; מיר פארשטייען נישט דרכי המקום, מיר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אלעס איז בהשגחה, און מען דארף שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו, עס איז געווען א צייט ביי מוהרא"ש ווען מוהרא"ש איז אריבער שרעקליכע ביטערע יסורים אין לעבן, האט מוהרא"ש געהאט אויפגעשריבן אויף א פאפיר אויפ'ן טיש אין גרויסע ווערטער דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא"; דאס האט מוהרא"ש געהאלטן פאר זיינע אויגן און דאס גע'חזר'ט: "דער אייבערשטער איז גערעכט, אלעס וואס ער טוט איז מיט גערעכטיגקייט, דער אייבערשטער איז באגלייבט, נישטא קיין גרייזן".


יעצט דארפסטו זיך אהער שטעלן מיט אלע כוחות צו זיין א טאטע פאר דיינע קינדער און א שטארקער מאן פאר דיין ווייב; באלד מאכסטו חתונה, דארפסטו טוישן די שטומע אין שטוב. אז דו ווילסט וויינען זאלסטו זיך באהאלטן; אז עס ווערט דיר שווער, דו דערמאנסט זיך פון דיין טייערע יונגע נשמה'לע וואס איז נפטר געווארן אזוי יונג, אזוי ריין - זאלסטו גיין אין די זייט וויינען; אין געגנווארט פון די קינדער זאלסטו זיין פרייליך.


אזוי אויך, ווען דיין ווייב וויינט זאלסטו איר שטארקן און זאגן: "מיר האבן נישט פארלוירן אונזער קינד, אונזער קינד איז אויבן אין גן עדן, מיר וועלן זיך שפעטער טרעפן מיט אים"; ביי אידן איז נישטא פארלוירן, ביי אידן איז דא די וועלט און נאך א וועלט, מען גייט אוועק פון די וועלט און מען גייט צום צווייטן וועלט, איינער גייט פריער און איינער גייט שפעטער; דיין זון איז אין גן עדן, דער אייבערשטער לערנט מיט אים תורה.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אותיות דרבי עקיבא נוסח א, אות א): "בְּכָל יוֹם וָיוֹם יוֹשֵׁב מַטַ"ט שָׁלֹשׁ שָׁעוֹת בִּשְׁמֵי מָרוֹם", יעדן טאג זיצט דער גרויסער מלאך מט"ט אין הימל, "וְכוֹנֵס אֶת כָּל הַנְּשָׁמוֹת שֶׁל עֻבָּרִין שֶׁמֵּתוּ בִּמְעֵי אִמָּן", ער נעמט צוזאמען אלע קינדער וואס זענען געשטארבן אין די מאמע נאך פאר'ן געבוירן ווערן, "וְשֶׁל יוֹנְקֵי שָׁדַיִם שֶׁמֵּתוּ עַל שְׁדֵי אִמָּן", און ער נעמט צוזאמען די אלע נשמות פון די זייגעדיגע קינדער וואס זענען געשטארבן קליינערהייט, "וְשֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן שֶׁמֵּתוּ עַל חוּמְשֵׁי תוֹרָה", און ער נעמט צוזאמען די קליינע קינדער וואס הייבן אן גיין אין חדר, "וּמֵבִיא אוֹתָן תַּחַת כִּסֵּא הַכָּבוֹד, [...] וּמְלַמְּדָן תּוֹרָה וְחָכְמָה, הַגָּדָה וּשְׁמוּעָה, וּמְסַיֵּם לָהֶן סֵפֶר תּוֹרָה", ער נעמט זיי צאם אונטער דעם כסא הכבוד פונעם אייבערשטן און לערנט מיט זיי תורה, ער ענדיגט מיט זיי די גאנצע תורה.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק און שטארק דיין גאנצע משפחה.

#7 - דיין טאטע אין הימל קען מען פון דיר נישט צונעמען
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, חסידות ברסלב, משניות, סיפורי צדיקים, נשמה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר טרייסטן, יעצט הער איך די שווערע נייעס אז דיין טאטע איז נפטר געווארן; עס איז זייער שווער זיך צו טרייסטן ווען מען פארלירט א טאטע, עס איז זייער שווער; אבער דאך ביסטו געבליבן מיט'ן טאטן פון הימל. אונזער טאטע, דער אייבערשטער - אים פארלירט מען נישט, אים קען מען נישט צונעמען; אלעס קען מען צונעמען פונעם מענטש, אלעס קען מען פארלירן - אבער דער אייבערשטער בלייבט, דער אייבערשטער קען מען נישט צונעמען.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען א יונג קינד פון פינף יאר ווען ער האט פארלוירן זיין טאטע. ווען דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן איז זיין מאמע שרה גלייך נפטר געווארן, זי איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב, זי איז גלייך אוועק. שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר איז זיין טאטע נפטר געווארן; ווי אזוי האט זיך דער קליינער ישראליק דערהאלטן? ווי אזוי איז מעגליך אז א קינד פון פינף יאר זאל זיין איינער אליין, אן עלטערן, אן משפחה? הער ווי אזוי ער האט זיך דערהאלטן איינער אליין.


איידער ער איז נפטר געווארן האט אים זיין טאטע גערופן און געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן; דאס האט אים געטראגן ווייטער זיין גאנץ לעבן, אזוי האט ער געטון און ער איז געווארן צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


איך בעט דיר טייערער ..., דערהאלט זיך, שטארק זיך. אויך זאלסטו שטארקן דיין מאמע און דיינע געשוויסטער. זיי דו א העלד, געב זיי אלע חיזוק, רעד צו זיי דיבורי אמונה; פאר די קליינע געשוויסטער זאלסטו זאגן: "טאטע איז יעצט שוין נישט אין קיין צער, טאטע איז יעצט אין גן עדן, טאטע מוטשעט זיך שוין נישט", און העלף דיין מאמע.


באפלייסיג זיך אין משניות; לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, וועסטו ענדיגן יעדע חודש משניות פאר דיין טאטנ'ס נשמה.


ועל כולם זאלסטו זיך מתבודד זיין מיט'ן אייבערשטן; דאנק אים אויף אלעס וואס ער טוט און בעט אים ער זאל דיר העלפן, ער זאל דיר געבן כח צו זיין שטארק אין אמונה, מיט דעם וועסטו ארויפטראגן דיין טאטנ'ס נשמה העכער און העכער.


אויבן אין הימל קוקט מען אנדערש אויף ברסלב'ער חסידים, אויבן אין הימל זענען אלע נשמות מקנא די נשמה וואס האט קינדער ברסלב'ער חסידים. עס ווערט געברענגט (ספר ארך אפים, פרק ה) דאס גרויסקייט פון א נשמה אויבן אין הימל וואס האט בזה העולם א קינד וואס איז זיך מתבודד, איך ברענג דיר דעם לשון: "כִּי כְּשֶׁבְּנוֹ יִתְבּוֹדֵד פֹּה לְמַטָּה וְיִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", ווייל ווען זיין זון אויף די וועלט וועט זיך מתבודד זיין און זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, "עַל יְדֵי זֶה יַעֲלֶה אֶת אָבִיו בַּעֲלִיּוֹת אַחַר עֲלִיּוֹת מַעְלָה מַעְלָה וְכוּ', וְכוּ'", דורכדעם וועט ער ארויפגיין העכער און העכער, "וְכַמָּה אַלְפֵי אֲלָפִים וְרִבּוּי רִבְבוֹת נְשָׁמוֹת יְקַנְּאוּ אוֹתוֹ עַל נוֹעַם חֶלְקוֹ וּמַזָּלוֹ הַטּוֹב", און הונדערטער טויזנטער נשמות וועלן אים מקנא זיין, "שֶׁזָּכָה לְהַשְׁאִיר בְּזֶה הָעוֹלָם בֵּן עוֹבֵד ה' וּמִתְבּוֹדֵד וּמִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", אז ער האט זוכה געווען איבערצולאזן אויף די וועלט א זון אן עובד ה' וואס איז זיך מתבודד און איז נאנט צום אייבערשטן, "וְהוּא בֵּין חֲבוּרָה קְדוֹשָׁה כָּזוֹ, בֵּין הַצַּדִּיקִים הַקְּדוֹשִׁים הַמְקַבְּלִים בְּכָל יוֹם פְּנֵי הַשְׁכִינָה", און איז אין א חבורה פון הייליגע צדיקים וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, "אַשְׁרֵי לוֹ וְאַשְׁרֵי חֶלְקוֹ", וואויל איז אים און וואויל איז זיין חלק.


המקום ינחם אותך מתוך שאר אבילי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער.

#6 - אין אזא שווערע צייט קען מען זיך נאר שטארקן מיט אמונה
צרות, אמונה, התחזקות, סוכות, ניחום אבלים, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', אשת ר' ... נרו יאיר


עס איז זייער שווער צו טרייסטן נאך אזא שוידערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט אין מירון אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר, ווען אזויפיל אומשולדיגע טייערע אידן זענען אומגעקומען, ובתוכם אייער טייערער ברודער ... עליו השלום. וואס קען מען זאגן? ווי אזוי קען מען טרייסטן די חשוב'ע משפחה; די טאטע, מאמע, די ווייב, די ברודער שוועסטער און קינדער; נישטא קיין ווערטער וואס צו זאגן, מיר קענען זאגן נאר די ווערטער: "המקום", דער הייליגער באשעפער, "ינחם אתכם", זאל אייך טרייסטן, "בתוך שאר אבלי ציון וירושלים".


עס איז א גזירה מן השמים, דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן די טייערע אידן אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר. אזוי איז געווען ווען אידישע קינדער האבן אויפגעשטעלט די הייליגע משכן, דעמאלט איז געווען אזא גרויסע שמחה, די גאנצע וועלט האט זיך געפריידט, פלוצלונג האט דער אייבערשטער אוועקגענומען אהרן הכהן'ס קינדער; אינמיטן די שמחה, אינמיטן די טענץ. שטייט אין די תורה אז אהרן הכהן האט געשוויגן, "וַיִּדֹּם אַהֲרֹן (ויקרא י, ג)", ער האט נישט געהאט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער האט דאס מקבל געווען מיט גרויס שמחה, ער האט געוויסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, אהרן הכהן האט ווייטער געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי פריער.


איך האב געהערט זייער א שטארקע חיזוק פון מוהרא"ש. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כח:) אויב עס רעגנט יום טוב סוכות איז דאס אזוי ווי א הַאר בעט זיין קנעכט ברענג מיר וואסער, און ווען דער קנעכט ברענגט די וואסער נעמט דער הַאר די וואסער און שפריצט דאס אן דעם קנעכט, אזוי איז יום טוב סוכות ווען עס גייט א רעגן; יום טוב סוכות ווען מיר אלע זיצן אין די סוכה, מיר טוען דעם רצון ה', און דער אייבערשטער גיסט אונז אן; אויבנאויף זעט דאס אויס ווי א שלעכטע זאך, אבער מוהרא"ש זאגט אונז אז עפעס טיפערס ליגט אין דעם משל.


ווען א הַאר קויפט זיך א קנעכט ווייסט ער נאכנישט אויב דער קנעכט איז אים באמת געטריי, ווי אזוי קען דער הַאר וויסן אויב זיין קנעכט איז אים באמת געטריי? ער בעט אים ברענג מיר וואסער און ער נעמט די וואסער און גיסט אים אפ אין פנים אריין; איז דער קנעכט נישט געטריי – וועט ער אנטלויפן פון אזא הַאר, אויב אבער דער קנעכט בלייבט ווייטער געטריי – איז א סימן אז דער קנעכט האט נישט קיין שום ווילן, ער האט נאר איין ווילן, טון דעם רצון פון זיין הַאר.


אזוי אויך, עס קומט דער יום טוב ראש השנה און יום הכיפורים ווען אלע אידן זאגן פאר'ן אייבערשטן: "מיר זענען דיר געטריי, מיר ווילן נאר טון דיין ווילן"; נאכדעם קומט דער יום טוב סוכות, אלע בויען סוכות, אלע גיין אריין אין די סוכה; דער אייבערשטער וויל זען ווי געטריי זיינע קינדער, זיינע קנעכט - זענען, גיסט ער זיי אן מיט וואסער, דעמאלט זעט מען ווער מיר זענען; מיר בלייבן ווייטער קנעכט פאר'ן אייבערשטן.


אנדערש ווי די אומות העולם, וואס ביי זיי שטייט (עבודה זרה ג.) אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי האבן א טענה צום אייבערשטן פארוואס מען האט זיי נישט געגעבן די תורה, וועט דער אייבערשטער זיי געבן די מצוה פון סוכה און די גויים וועלן צעברעכן די סוכות, זיי וועלן ארויסלויפן פון די היצן; דאס איז א גוי, ווען עפעס גייט אים נישט גוט, שטויסט ער גלייך אלעס אוועק. ווידער, אידישע קינדער, בני א-ל חי, זיי בלייבן געטריי.


מיר זענען געקומען צו פארן צו רבי שמעון בר יוחאי, יעדער איינער איז געקומען אויס'פועל'ן ישועות און פלוצלונג איז אלעס צעשטערט געווארן, מען האט אונז אנגעגאסן מיט די וואסער וואס מיר האבן געברענגט; דאך בלייבן מיר געטריי, מיר האבן נישט קיין קשיות, מיר פרעגן נישט, מיר ווייסן נישט, מיר קענען סיי ווי נישט פארשטיין דרכי המקום, מיר וועלן ווייטער טון דעם רצון ה'.


שטארקט אייך און שטארקט אייערע טייערע עלטערן; זיי זענען דאך אזוי צעבראכן אויף שברי שברים. עס איז נישטא נאך אזא צער ווי די צער פון עלטערן וואס דארפן באגלייטן א קינד צו די קבורה. זייט מחזק אייער שוועגערין די אלמנה, זי דארף דאך אזויפיל כח זי זאל קענען ווייטער זיין א מאמע פאר די אומשולדיגע יתומים'לעך. זייט מחזק אלע געשוויסטער, יעצט איז א צייט וואס מען מוז זיך שטארקן, מען מוז אנגיין מיט עבודת השם יתברך, מען דארף ווייטער אויפציען דורות פאר'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז; מיר זענען אלע אזוי צעבראכן, יעדער איד אין די גאנצע וועלט איז צעקלאפט, דאס איז א קלאפ פאר אונז אלע בכלל און בפרט פאר די משפחות ה' ירחם.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין אלע טרייסטן, אונז שיקן משיח צדקינו און מיר וועלן זוכה זיין צו תחיית המתים; מיר וועלן זיך טרעפן מיט אלע אידן אינאיינעם, מיט אלע צדיקים; אמן.

#5 - זייט א רוקן ביין פאר אלע געשוויסטער
התחזקות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


                        יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


ברוך דיין האמת.


יעצט האב איך געהערט די ביטערע נייעס אז אייער טאטע איז נפטר געווארן; עס איז זייער א שווערע בשורה פאר אלעמען, בפרט פאר אייך מיט אייערע געשוויסטער, אלע זענט איר זייער צעשאקלט. בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך נישט פארלירן, שטעלט אייך ארויס ווי א העלד, זייט א רוקן ביין פאר אלע געשוויסטער - זיי מחזק זיין און זארגן פאר זיי; אייערע געשוויסטער זאלן שפירן ווי זיי האבן אן אפענעם טיר, א פלאץ אין אייער הארץ.


דער הייליגער רבי נתן האט געפרעגט דעם רבי'ן וואס ער זאל טון צו מאכן א נחת רוח פאר זיין מאמע'ס נשמה, האט אים דער רבי געזאגט ער זאל זאגן די ברכה פון אשר יצר מיט כוונה; ווייל יעדע זאך, אפילו וואס זעט אויס פאר אונז ווי א קלייניקייט - איז זייער חשוב אויבן אין הימל, די עלטערן גייען ארויף אלץ העכער און העכער.


דער אייבערשטער זאל אייך טרייסטן און אונז אלע טרייסטן, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו משיח צדקינו שיבוא ויגאלינו במהרה בימינו אמן.

#4 - דיין מלמדות איז די גרעסטע טובה פאר דיין מאמע'ס נשמה
חינוך הילדים, מלמדים, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, כ' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט האב איך געהערט אז דיין מאמע האט צוריק געגעבן איר נשמה פאר'ן אייבערשטן; המקום ינחם אותך, דער אייבערשטער זאל דיר טרייסטן, בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, מיר זאלן נישט וויסן פון קיין שלעכטס.


די גרעסטע טובה וואס דו קענסט טון פאר דיין מאמע'ס נשמה איז אז דו זאלסט אריין ברענגען אין אידישע קינדער די ריינע אמונה און ווייטער אנגיין מיט דיין מלמדות דיין גאנץ לעבן; מיט דעם וועסטו ארויף טראגן דיין מאמע'ס נשמה העכער און העכער ביז די העכסטע פלעצער אין גן עדן.

#3 - דער אייבערשטער זאל אייך טרייסטן אויף די פטירה פון אייער קינד
צרות, התחזקות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב יעצט געהערט די נייעס אז איר האט פארלוירן אייער קינד ... עליו השלום, איך וויל דיר מנחם זיין מריחוק מקום: המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן פון קיין שלעכטס; מיר אלע זאלן שוין געטרייסט ווערן, משיח זאל קומען און אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות.


איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, שטארק זיך און שטארק דיין אשת חיל תחי', שטארק זיך מיט אלע כוחות צו בלייבן שטארק מיט אמונה פשוטה; אמת עס איז זייער שווער, ווי קען א מאמע פארגעסן פון איר קינד, ווי קענען עלטערן זיך טרייסטן ווען מען פארלירט א קינד... אבער מיר אידישע קינדער גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס, און אלעס וואס ער טוט איז צום גוטן. מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף גוטס און אויף שלעכטס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד., ס.): "חַיָּב אָדָם לְבָרֵךְ עַל הָרָעָה כְּשֵׁם שֶׁהוּא מְבָרֵךְ עַל הַטּוֹבָה", מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די שלעכטס וואס מען באקומט אזוי ווי מען דארף אים דאנקען אויף דאס גוטס, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קא, א): "חֶסֶד וּמִשְׁפָּט אָשִׁירָה, לְךָ ה' אֲזַמֵּרָה", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו געבסט מיר חסד און איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו געבסט מיר משפט; נאך געפונען מיר, ווי דוד המלך זאגט (שם נו, יא): "בֵּאלֹהִים אֲהַלֵּל דָּבָר, בַּה' אֲהַלֵּל דָּבָר", ווען דער אייבערשטער געבט מיר גוטס דאנק איך אים, און ווען ער קומט צו מיר מיט מידת אלוקים, דאס איז דינים - דאנק איך אים אויך; אזוי אויך שטייט (שם קטז, יג): "כּוֹס יְשׁוּעוֹת אֶשָּׂא, וּבְשֵׁם ה' אֶקְרָא", ווען דו געבסט מיר ישועות דאנק איך דיר, (שם, ג-ד): "צָרָה וְיָגוֹן אֶמְצָא, וּבְשֵׁם ה' אֶקְרָא", און ווען עס קומט צו מיר א צרה שריי איך צו דיר אייבערשטער.


דער אייבערשטער זאל ענק טרייסטן און אונז אלע טרייסטן, מיר זאלן אלע שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה.


 

#2 - זיי מחזק דיין משפחה נאך די טראגעדיגע
צרות, התחזקות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן די ביטערע נייעס איבער די פטירה פון דיין טאטן עליו השלום, דעריבער שרייב איך דיר דא אפאר טרייסט ווערטער, "המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים".


יעצט איז א צייט וואס דו דארפסט ווייזן שטארקייט פאר די משפחה, בפרט פאר דיין מאמע זאל זיין געזונט. דו דארפסט מחזק זיין אלעמען מיט אמונה, גלייבן אינעם אייבערשטן אז ער טוט נאר גוטס. מיר אידן גלייבן אין צוויי וועלטן, ביי אונז איז נישט דא אזא זאך ווי 'געשטארבן', ביי אונז איז דא נאך א לעבן אויבן אין גן עדן. א איד האט א נשמה וואס גייט ארויף צום אייבערשטן און דארט באקומט זי שכר פאר יעדע גוטע זאך וואס זי האט געטון אין לעבן און מען באקומט שכר פאר אלע גוטע זאכן וואס די קינדער און אייניקלעך טוען ווייטער. אזוי זאלסטו זאגן פאר דיינע קינדער: "זיידי איז נישט געשטארבן, זיידי איז ארויף אין הימל, אין גן עדן"; ביי גוים שטארבט מען, ביי אונז אידן איז דא צוויי וועלטן.


איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, שטארק זיך און זיי דער רוקן ביין פאר די גאנצע משפחה, בפרט פאר דיין טייערע מאמע; רעד דיבורי אמונה, אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט און אלעס איז בהשגחה, מען דארף שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז מיט א פונקטליכע חשבון.


זיי ממשיך מיט'ן פארשפרייטן אמונה צווישן אידישע קינדער, דאס וועט זיין א גרויסע טובה פאר דיין טאטענ'ס נשמה.


 

#1 - טרייסט אויף די פטירה פון א טאטע ל"ע
התחזקות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך מחזק זיין מיט אלע כוחות; דאס וועט זיין דער גרעסטער נחת רוח וואס איר וועט גורם זיין פאר אייערע עלטערן אויבן אין גן עדן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קטז.): ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און לאזט איבער קינדער וואס לערנען תורה איז כְּאִילוּ לֹא מֵת, אזוי ווי עס שטייט (מלכים-א כא, יא): "וַהֲדַד שָׁמַע בְּמִצְרַיִם כִּי שָׁכַב דָּוִד עִם אֲבֹתָיו, וְכִי מֵת יוֹאָב שַׂר הַצָּבָא", פארוואס ביי דוד המלך שטייט "שָׁכַב דָּוִד" און ביי יואב שטייט "מֵת יוֹאָב"? ווייל דוד המלך האט איבערגעלאזט קינדער צדיקים, הייסט עס נישט ווי ער איז געשטארבן נאר כאילו ער שלאפט.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א טייערער מאן שליט"א און לעכטיגע קינדערלעך קיין עין הרע. טאנצט פאר שמחה אז איר זענט זוכה צו ציען ווייטער א גאלדענע קייט פאר אייערע עלטערן וואס געפונען זיך אויבן אין גן עדן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (עיין בספר ארך אפים, פרק צער גידול בנים): ווען עלטערן קומען ארויף אויבן אין הימל און זיי האבן איבער געלאזט דא אויף דער וועלט ברסלב'ער קינדער, זענען אלע נשמות אויבן אין הימל מקנא די נשמה וואס האט א קינד וואס איז דבוק צום אייבערשטן. כל שכן אז אייער מאן איז עוסק אין הפצה, ער גייט ארום פארשפרייט די הייליגע ספרים פון רבי'ן פאר די וועלט, דעמאלט זענען אלע נשמות אויבן אין הימל מקנא אייערע עלטערן און זיי גייען ארויף אלס מעלה מעלה צום אייבערשטן.


איך ווייס אז אייער צער איז זייער גרויס; איר האט פארלוירן אייער מאמע שוין יארן צוריק ווען איר זענט נאך געווען א קינד, און יעצט האט איר פארלוירן אייער טאטע, ער איז פלוצלינג נפטר געווארן לא עלינו. איר זענט געבליבן אן איין איינציג קינד אן משפחה, אבער אייער טאטע אין הימל האט איר נישט פארלוירן, און געלויבט דעם אייבערשטן אז איר האט אליינס א הערליכע משפחה, בא'חנ'טע קינדער און אן ערליכער מאן. דאס דארף אייך פרייליך מאכן און דאס דארף אייך ברענגען שמחה אין אייער לעבן.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין אלע טרייסן און אונז אויסלייזן פון אונזער גלות במהרה בימינו, אמן.