בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קדושים, ב' דר"ח אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן, איך האב נישט קיין עצה פאר אייך; עס טוט מיר זייער וויי אייער מצב אז אייער מאן איז אינדרויסן פון שטוב א גאנצע נאכט און וויפיל איר רעדט צו אים מיט שיינעם - העלפט דאס נישט; איך האלט נישט אויס אייער צער.
איין עצה איז געבליבן, בעטס דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל, מיט אסאך געדולד, ביז איר וועט זען א ישועה.
דא האט איר א קורצע תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:
"הייליגער באשעפער איך דאנק דיך און איך לויב דיך פאר מיין לעבן, ביסט אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר נאר גוטס, איך דאנק דיך אז איך בין א איד און איך בין געזונט, און פאר מיין טייערער מאן און מיינע געזונטע ליכטיגע קינדער, אלעס איז אזוי גוט.
הייליגער באשעפער איך בעט דיר זייער, העלף מיר און העלף מיין טייערער מאן, ער האט א פארדרייטע סדר, ער שלאפט רוב טאג און פארנאכטס גייט ער ארויס און קומט נישט אהיים ביז פארטאגס. מיין מאן איז א גוטער, אן ערליכער, ער איז נאר אזוי צעבראכן און ער קען זיך נישט זען צווישן מענטשן, און מיר איז דאס זייער שווער.
אנא ה' העלף מיר, איך וויל מיין מאן זאל זיין מיט מיר, עס איז מיר זייער שווער, איך שפיר ווי עס בארירט מיר מיינע נערוון, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך קענען שטארקן, נישט ווערן אויסער זיך, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין יעדע נאכט אליין, איך דארף א נס, איך דארף א נס".
אזוי זאלט איר בעטן, די קורצע תפילה איז נאר אויף צו ווייזן די וועג ווי זיך אויסצושמועסן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, שמועסט מיטן אייבערשטן, דערציילט אים פינקטליך אלעס וואס גייט אריבער אויף אייך.
איך בעט אויך דעם אייבערשטן פאר אייך און איך פרוביר צו שטארקן אייער מאן, אים פרייליך מאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.