בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הלכות פון שבת ערב פסח
הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


איך שרייב דיר די הלכות וואס איז די יאר אנדערש; דו ביסט דאך גבאי, זאלסטו וויסן ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש.


שבת הגדול די יאר געפאלט ערב פסח פרשת צו; די יאר איז אביסל אנדערש. צום ביישפיל, די יוצרות לשבת הגדול זאגט מען א וואך פריער כדי מען זאל וויסן די הלכות, אבער מען זאגט דאס אנדערש ווי אלע יארן, מען זאגט די יוצרות נאך שמונה עשרה, נאך קדיש תתקבל.


אזוי אויך די דרשת שבת הגדול זאגט מען פרשת ויקרא, די וואך פאר ערב פסח, ווייל מען דארף דאך וויסן ווי אזוי אריין צו ברענגען דעם פסח, ווי אזוי מען כשר'ט און ווי אזוי מען איז בודק חמץ.


מוצאי שבת זאגט מען "ויהי נועם" און "ואתה קדוש" אזוי ווי אלע יארן, וויבאלד עס איז נאך דא א גאנצע וואכעדיגע וואך, ערב שבת איז דאך נישט קיין יום טוב ווייל שבת איז ערב פסח. מען מאכט קידוש לבנה, אויך עסט מען מלוה מלכה אזוי ווי א געווענליכע יאר.


תענית בכורים מאכט מען די יאר דאנערשטאג; אלע בכורים אדער די וואס האבן קינדער בכורים מאכן דעם סיום שוין דאנערשטאג, ווייל ערב שבת פאסט מען נישט.


בדיקת חמץ מאכט מען ליל שישי - דאנערשטאג ביינאכט; מען איז בודק חמץ אזוי ווי אלע יארן, מען מאכט די ברכה און נאכן ענדיגן בודק חמץ זיין זאגט מען כל חמירא וכו'. פרייטאג אינדערפרי פירט מען זיך אזוי ווי אלע יארן ערב פסח, מען פארברענט די חמץ, מען לאזט נישט איבער קיין חמץ; נאר לחם משנה פאר די שבת'דיגע סעודות, מען דארף אכטונג געבן דאס צו לייגן אין אן אפגעהיטענע פלאץ.


שבת אינדערפרי דאווענט מען ותיקין - זעקס דרייסיג, ווייל מען דארף נאך קענען אהיימגיין מאכן די סעודה; עסן די שבת'דיגע סעודה, די חמץ, פאר סוף זמן אכילת חמץ, וואס געפאלט די יאר צען דרייסיג. מען דאווענט נישט לאנג, מען ליינט נישט לאנג; די הפטרה זאגט מען "וערבה".


עס זענען דא וואס פירן זיך אויך די יאר ווען ערב פסח געפאלט אין שבת - צו עסן שלש סעודות, זיי צעטיילן די סעודה אינדערפרי. הגם דער מחבר פסק'נט (אורח חיים סימן תמד, סעיף א) אז מען איז נישט יוצא די דריטע סעודה נאר נאך מנחה גדולה, אין א יאר וואס ערב פסח געפאלט אום שבת קען מען שוין נישט עסן נאכמיטאג קיין חמץ, זאגט דער רמ"א מען זאל עסן פירות, דאך זענען דא שיטות וואס זאגן אז מען קען יא יוצא זיין די דריטע סעודה אינדערפרי, אזוי פסק'נט דער מגן אברהם (שם, סעיף קטן א).


אנדערע פירן זיך אז מען צעטיילט נישט די סעודה; מוהרא"ש האט זיך געפירט צו עסן די דריטע סעודה מיט פירות און קוגל. מוהרא"ש שרייבט: "וְזוֹ הַשַּׁבָּת הַיְחִידָה שֶׁאֵין אוֹכְלִין סְעוּדָה שְׁלִישִׁית", דאס איז די איינציגסטע יאר וואס מען עסט נישט קיין דריטע סעודה שבת, "אֶלָּא פֵּירוֹת אוֹ פַּשְׁטִידָא מִתַּפּוּחֵי אֲדָמָה", מען עסט פרוכט און קארטאפל קוגל, "וְהוּא עַל פִּי זוֹהַר שֶׁאָמַר רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי שֶׁמִיָּמָיו לֹא בִּטֵּל סְעוּדָה שְׁלִישִׁית", דאס איז געבויט אויף די הייליגע ווערטער וואס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת אמור, צה.), אז רבי שמעון בן יוחאי האט זיין גאנצע לעבן געגעסן יעדע וואך דריי סעודת שבת, "אֶלָּא בְּעֶרֶב פֶּסַח שֶׁחָל לִהְיוֹת בְּשַׁבָּת", אויסער ווען עס איז אויסגעפאלן ערב פסח אום שבת, "שֶׁאָז לֹא נוֹטְלִים לֶחֶם מִשְׁנֶה כִּי אָסוּר לֶאֱכֹל חָמֵץ כְּבָר, שֶׁהוּא אַחַר הַזְּמַן וְאָסוּר לֶאֱכֹל מַצָה קוֹדֵם לֵיל פֶּסַח", וואס דעמאלט טאר מען נישט עסן קיין סעודה מיט לחם משנה; חמץ טאר מען נישט עסן ווייל עס איז שוין נאכן זמן און מצה טאר מען אויך נישט עסן דעמאלט.


שבת נאכמיטאג דאווענט מען מנחה, מען זיצט אינאיינעם און מען זיגט די זמירות פון שלש סעודות און מען זאגט דברי תורה, אזוי ווי יעדן שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.