בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - העלפן דעם טאטע זען זיינע קינדער
קינדער, גט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט העלפן דעם אינגערמאן ... קענען זען זיינע קינדער. איך שפיר פאר א פליכט אים צו העלפן, ווייל ווען איך האב געהאלפן באפרייען די עגונה האב איך די איינע זאך פון זיי געבעטן, אז מען זאל טון וואס איז ריכטיג, אז דער טאטע זאל קענען זען זיינע קינדער, און יעצט איז שוין איבער א יאר און מען לאזט אים נישט זען די קינדער.


איך האב געהערט די טענות וכו', אבער דאס איז נישט קיין ענטפער אויף צוריק האלטן א טאטע פון זען זיינע קינדער; אפגערעדט פון דעם אז שפעטער קלאפט עס אויס זייער נישט גוט, עס שעדיגט די נפש פון די קינדער, און על פי רוב אז די מאמע האט זיי אפגעהאלטן פון גיין צום טאטן וועלן זיי אוועקלויפן פון די מאמע און גיין צום טאטן, און אזוי אויך אויב דער טאטע האט זיי צוריק געהאלטן פון רעדן און גיין צו די מאמע - וועלן זיי אוועקלויפן צו די מאמע.


טו ווייטער פארן כלל, און אז מען האט דיך מזכה געווען פון הימל מיט די כוחות צו העלפן אידן - זאלסטו נישט קרעכצן אז דו וואלסט ווען געקענט אין די צייט מער לערנען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ה, א): "הָעוֹסֵק בְּצָרְכֵי צִבּוּר", דער וואס טוט פארן כלל, ער העלפט אידישע קינדער - כְּעוֹסֵק בַּתּוֹרָה", רעכנט מען אים אזוי ווי ער לערנט תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.