בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן א בילד ווי מען זעט דיר דרוקן דעם גליון אין אומאן און דו פארשפרייסט דאס ביים ציון פון הייליגן רבי'ן; איך האב זיך זייער געפריידט צו זען אז דו ביסט עוסק אין הפצה אין אזא הייליגע פלאץ ווי אומאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן נאר עוסק זיין אין פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט; אלע זאלן וויסן פון די זיסע עצות פון רבי'ן וואס לערנט אונז די ריינע אמונה, מיר זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז, און וואס מיר דארפן זאלן מיר זיך ווענדן נאר צו אים.
אויך פריי איך זיך צו הערן אז דיין ווייב תחי' איז מפיץ ביי די פרויען אין אומאן.
אויב דו ווילסט נאך ספרים און קונטרסים זאלסטו מיר מודיע זיין, וועל איך דיר דאס שיקן קיין אומאן; מיר האבן כמעט יעדע וואך תלמידים וואס פארן קיין אומאן.
זיי געזונט, א גוט שבת.