בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הפצה איז די גרעסטע טובה פאר דיר און פאר דיינע עלטערן
הפצה, ניחום אבלים, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב יעצט געהערט די ביטערע בשורה אז דיין מאמע איז אוועק פון די וועלט, איך וויל דיר מנחם זיין, המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, דער אייבערשטער זאל דיך טרייסטן און מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט במהרה בימינו.


איך האב דיר געשריבן פאריאר ווען דיין טאטע איז נפטר געווארן, אז די גרעסטע טובה וואס א קינד קען טון פאר די נשמה פון זיינע עלטערן – איז עוסק זיין אין פארשפרייטן די הייליגע אמונה פאר די וועלט; זאלסטו זיך מקבל זיין צו גיין יעדן טאג אויסטיילן פאר אידישע קינדער ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט גענומען פון רבינ'ס ספרים, עצות ווי אזוי זיך צו קענען צוריק קערן צום אייבערשטן און זיין אן ערליכער איד. בפרט אין ארץ הקודש וואו "באו זרים וחיללוה" (עיין יחזקאל ז, כב), עס זענען געקומען די ערב רב און אויסגע'שמד'ט די הייליגע שבטים פון ספרד, מאראקא, טוניס און תימן, און עס זענען דא מיליאנען אידן אין ארץ הקודש וואס ווייסן נישט פון די הייליגע תורה.


אויך וועט דאס זיין א תיקון פאר דיר. מען טאר זיך נישט נארן, א מענטש זאל זיך דערמאנען וואס ער האט געטון, און אז מען וויל פאררעכטן, וואס איז שייך צו טון? פאסטן איז נישט פאר אונז, אויך האט דער רבי געזאגט מיר זאלן נישט פאסטן; איין זאך איז געבליבן פאר אונז מיר זאלן קענען פארעכטן, עוסק זיין אין הפצה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן - דער פאררעכט די עבירה פון פגם הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.