בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש ווי דו שרייבסט: "עס איז פארקנאקט, איך דארף עפעס א גרויסע זכות צו עפענען מיינע השפעות, איך דארף אן עצה..."
אויב איך מעג זאגן, איך האף דו וועסט זיך נישט באליידיגן, נישט עס איז פארקנאקט נאר דו ביסט פארקנאקט; איך וויל דיך פרעגן, פארוואס זאלסטו נישט נעמען אן ארבעט? פארוואס זאלסטו נאר וועלן האבן אן אייגענע ביזנעס? איך וויל פרעגן, פארוואס זאלסטו נישט גיין מאכן טריפס, ווערן א בעל עגלה, ווערן א קאר סערוויס דרייווער? אדער גיין אין מצה בעקעריי?
איך בין אזוי שטארק אנטוישט, נאכן געבן אזויפיל חיזוק פאר תלמידי היכל הקודש נישט צו לעבן אין חלומות, דמיונות, נישט צו זיין פאר'עקשנ'ט צו זוכן צו זיין דער עושר, נאר נעמען א פשוט'ע ארבעט; נאכאלץ דרייען זיך בתוכינו בטלנים וואס טוען גארנישט!
וואס איז פארקנאקט? ווי איז פארקנאקט? דער מענטש אליין איז פארקנאקט, עס פעלט נישט קין פרנסה, עס פעלט נאר הכנעה, עס פעלט די זאך פון זיין אמת'דיג צו די ווייב און קינדער, און אויפהערן טראכטן פון אנדערע.
ליבער ברודער, איך האב דיך ליב, זיי נישט בייז אז איך זאג דיר, טו וועס דער רבי דערציילט ביי די מעשה פון דער בן מלך ובן השפחה וואס האבן זיך פארביטן (ספורי מעשיות, מעשה יא), מען האט אים געזאגט אין חלום (אין זיינע דמיונות פון וועלן זיין דער עושר פון שטאט): "אויב דו ווילסט רחמנות האבן אויף דיר, זאלסטו נעמען די ערשטע פרנסה וואס מען טראגט דיר אן"; ליבער ברודער אזוי זאלסטו טון, נעם אן די ערשטע פרנסה וואס מען טראגט דיר אן, דרייוו א קאר, ארבעט ביי די מצות, אדער רייניג א שול וכדומה, וועט ווערן אויס פארקנאקט.