בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דו ווילסט באמת ארויס גיין פון דיין פראבלעם איז דא פאר דיר נאר איין עצה, די עצה פון הייליגן רבי'ן - 'התבודדות'.
פון איין זייט איז 'התבודדות' גרינג צו טון און עס איז אן אומזיסטיגע עצה; עס קאסט נישט קיין געלט און עס אויך איז נישט קיין שווערע עבודה. אבער מצד שני איז די עצה א שווערע זאך צו טון, ווייל עס פעלט זיך אויס פאר דעם תמימות ופשיטות און א שטארקע אמונה; מען קען נישט מאכן 'התבודדות' נאר אז מען האט א שטארקע תמימות אין זיך, מען דארף גלייבן אז דער אייבערשטער געפונט זיך איבעראל און הערט צו יעדע ווארט. אבער כל זמן דער מענטש האט נישט קיין שטארקע אמונה קומט אים אן זייער שווער צו דאווענען שחרית מנחה מעריב און זיכער איז אים שווער זיך אויס צו רעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין שפראך, ווייל ער שפירט נאך נישט ווי ער רעדט צום אייבערשטן, ער מיינט אז קיינער הערט נישט אויס וואס ער רעדט.
דאס מאכט אים ער זאל מזלזל זיין אינעם דאווענען, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מענטשן זענען מזלזל אין תפילה; ווייל די אמונה איז ביי זיי שוואך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִלָּה", ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאוונט און ער הערט צו יעדעס ווארט וואס ער בעט אים, "בְּוַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", וואלט ער זיכער געדאוונט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.
דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף די אמונה אינעם מענטש, ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן אלץ שטערקער ווערט אויפגעבויט די אמונה. מען הייבט אן שפירן אז דער אייבערשטער איז דא און דעמאלט גייען אוועק אלע פחדים און דמיונות; אז דו וועסט רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג וועט אוועק גיין פון דיר אלע דמיונות און פחדים, דיינע נערוון וועלן דיר ווערן שטארק.
זייער גוט טוסטו אז דו דערציילסט נישט דיינע פחדים פאר דיין ווייב תחי', וואס דארף זי וויסן דיינע שוואכקייטן.
דו שרייבסט מיר אז דו האסט עס נאך פאר קיינעם נישט דערציילט ווייל דו שעמסט זיך; זייער גוט טוסטו, זאלסט עס ווייטער נישט דערציילן פאר קיינעם, דערצייל עס נאר פארן אייבערשטן, זאג אים: "רבונו של עולם מיין קאפ דריידט זיך מיר, איך שפיר יעדע מינוט ווי עפעס גייט פאסירן מיט מיר, איך האב אזוי מורא, איך ווייס אליינס נישט פון וואס איך האב מורא. בעט איך דיר אייבערשטער העלף מיר ארויס גיין פון די שלעכטע מחשבות, איך ווייס אז אלע מחשבות רעות זענען עצת היצר, דער יצר הרע וויל מיר דערשרעקן מיט אומזיסטיגע שרעק און די אלע מחשבות זענען נאריש און פוסט, פונדעסטוועגן זענען זיי אזוי שטארק אז זיי נעמען מיר פשוט איבער מיין גאנצע מח אז איך קען נישט טראכטן פון עפעס אנדערש, און דאס מאכט מיר זייער אפגעשוואכט.
הייליגער באשעפער, טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל גלייבן באמונה שלימה אז דו ביסט דא מיט מיר, און גארנישט קען צו מיר פאסירן נאר אויב דו באפעלסט; העלף מיר איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר, העלף מיר איך זאל האבן אזא קלארע אמונה אז עס זאל מיר נישט אנגיין וואס מענטשן זאגן אויף מיר, אזוי וועל איך האבן א שטארקע מח מיט שטארקע נערוון. ווייל שטארקע נערוון קומט פון א שטארקע אמונה.
העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז עס איז גארנישט דא אויסער דיר, העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי, בזכות דער הייליגער רבי יצחק לוריא אשכנזי, בזכות דער הייליגער רבי ישראל בעל שם טוב, בזכות דער הייליגער רבי – רבי נחמן בן פיגא מברסלב, און אינעם זכות פון זיין תלמיד רבי נתן מברסלב, ובזכות רבינו אליעזר שלמה מברסלב; יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי. אמן כן יהי רצון".
איך פריי מיר זייער צו הערן פון דיר, שרייב מיר נאך בריוו.