בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואויל איז דיר אז דו זיצסט אין תפיסה פאר'ן בויען מוסדות התורה
אמונה, התחזקות, תפיסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך צו הערן פון דיר.


ווען איך טראכט פון דיר דערמאן איך זיך וואס פפוס האט געזאגט פאר דעם הייליגן תנא רבי עקיבא (ברכות סא:): "אַשְׁרֶיךָ רַבִּי עֲקִיבָא שֶׁנִּתְפַּסְתָּ עַל דִּבְרֵי תּוֹרָה, אוֹי לוֹ לְפַּפּוּס שֶׁנִּתְפַּס עַל דְּבָרִים בְּטֵלִים", וואויל איז דיר רבי עקיבא אז דו זיצט אין תפיסה פאר'ן לערנען תורה מיט אידישע קינדער, און וויי פאר מיר פפוס אז איך זיץ אין תפיסה פאר נארישקייטן; וויפיל מענטשן זיצן אין תפיסה פאר נארישקייטן וכו', פאר'ן גנב'נען געלט פאר זיך וכו', אדער פאר אנדערע זאכן וכו'; און דו זיצט אין תפיסה פאר'ן העלפן אויפבויען חדרים און ישיבות וואו טויזנטער אידישע קינדער לערנען תורה, וואס אויף זיי שטייט די וועלט. ביי דיר איז: "אַשְׁרֶיךָ ... שֶׁנִּתְפַּסְתָּ עַל דִּבְרֵי תּוֹרָה", וואויל איז דיר אז דו האסט געבויט תורה; האסט געבויט ישיבות און תלמוד תורה'ס.


עס איז שווער צו שרייבן דיבורי חיזוק ווען מען ווייסט נישט וואס 'תפיסה' איז, וויפיל א מענטש זאל זיך נאר פרובירן אויסצו'משל'ן וואס דאס מיינט 'זיצן אין תפיסה' - וועט ער דאס קיינמאל נישט פארשטיין; איז אפשר נישט שייך איך זאל דיר שרייבן חיזוק ווערטער, דאך שרייב איך דיר די פאר ווערטער. זאלסט וויסן אז מיר האבן אמת'ע מיטלייד מיט דיר, מיר בענקען זיך זייער נאך דיר און מיר ווארטן יעדן טאג צו הערן אז דו קומסט שוין ארויס פון דארט; בפרט יעצט ווען מיר האבן געמיינט אז דו ביסט שוין באפרייט געווארן וכו', אנשטאט דעם הערט מען אז ביז דערווייל ביסטו נאך דארט - איז עס זייער שווער פאר אונז. מיר דאווענען פאר דיר; אלע קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך, פון גרויס ביז קליין - אז דו זאלסט ארויס קומען פון דארט ווי שנעלער.


מיר האבן הכרת הטוב פאר דיר און מיר וועלן שטענדיג געדענקען וואס דו האסט אונז געהאלפן.


שטארק זיך מיט אמונה פשוטה נישט צו האבן קיין קשיות אויף די אמונה, חזר'ן טאג טעגליך אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט און מיר ווילן גארנישט פארשטיין. ווי מער מען חזר'ט זיך די אמונה אלץ גרינגער ווערט דאס לעבן, מען שפירט שוין דא אויף די וועלט טעם גן עדן.


בנוגע זומער וכו'; מיר ווייסן נאך נישט, ווען מיר וועלן וויסן וועל איך דיר גלייך מודיע זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט שנעל באפרייט ווערן און עס זאל דיר זיין גוט.