בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין איין און צוואנציג טעג פארן מיר קיין אומאן; ווי מער א מענטש בענקט און ווארט צו קומען צום רבינ'ס ציון - וועט ער ביים סוף אנקומען.
מוהרא"ש דערציילט, דער רבי האט געהאט צוויי מחותנים גרויסע צדיקים, איינער איז געווען הרב הקדוש מוואלטשיסק זכותו יגן עלינו און דער צווייטער מחותן איז געווען הרב הקדוש מחמעלניק זכותו יגן עלינו, דער הייליגער וואלטשיסקער זכותו יגן עלינו האט זייער שטארק געוואלט פארן קיין ארץ ישראל, פערציג יאר האט ער געבענקט, געהאפט און געוואלט אנקומען קיין ארץ ישראל, ער האט אסאך געבעטן און מתפלל געווען אויף דעם. ווען דער חמעלניקער רב זכותו יגן עלינו האט דאס געהערט - האט ער דאס אוועק געמאכט, זאגנדיג: "אז מען וויל פארן קיין ארץ ישראל וואס דארף מען אזוי פיל בענקען, וועלן און האפן? וואס דארף מען בכלל דאווענען אויף דעם? מען נעמט געלט און מען פארט"; ווען דער רבי האט דאס געהערט האט דער רבי געזאגט: "איר וועט זען אז דער מחותן דער וואלטשיסקער רב וועט נאך אנקומען קיין ארץ ישראל אבער דער חמעלניקער רב וועט נישט אנקומען קיין ארץ ישראל". אזוי איז טאקע געווען; דער וואלטשיסקער רב זכותו יגן עלינו איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל און ער ליגט אינעם צפת'ער בית החיים, ער מיט זיין גאנצע משפחה.
אז דו ווילסט זוכה זיין צו זיין ביים קיבוץ אין אומאן, דו ווילסט זיין ביים הייליגן רבינ'ס ראש השנה - זאלסטו זיך בענקען, און בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם, ווייל קענען קומען קיין אומאן איז דא נאר די איין עצה: "תפלה, און נאכאמאל תפלה און נאכאמאל תפלה"; קיין אומאן צום רבי'ן קומט מען נאר אז מען דאווענט אסאך צום אייבערשטן. זארג נישט פון וואו דו וועסט האבן געלט, וויפיל מענטשן האבן געלט און קומען נישט? און וויפיל טויזנטער מענטשן קומען קיין אומאן אן קיין איין פרוטה? מען קומט מיט ווילן, בענקען און האפן; מען קומט מיט בענקשאפט, מיט בעטן און בעטן און בעטן.
היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין שטעטל, הלואי וועסטו קומען מיט די פרישקייט און בענקעניש ווי דיין ערשטע מאל וואס דו האסט זיך אריינגעכאפט צו א שיעור, ווען עס האט געגלאנצט און געשיינט; הלואי זאלסטו קומען מיט די פרישקייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.