בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#15 - ער בענקט, ער וויל, און ער גלוסט, צו זיין גוט
התחזקות, עבודת השם, רצונות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רנט-רס), ווען א מענטש בענקט זיך צום אייבערשטן, ער וויל און ער גלוסט צו זיין גוט, צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו ער איז נישט זוכה צו טון די זאכן אויף וואס ער בענקט – איז דאס זייער א גרויסע תענוג ונחת רוח ביים אייבערשטן, און דאס איז די תענוג וואס מען שפירט בעולם הבא, מען בענקט זיך צום אייבערשטן, מען גליסט און מען וויל נכלל ווערן וכו'.


שבת האבן מיר גערעדט אסאך פון דעם, דאס איז געווען ביי די עקידה, אברהם אבינו האט אזוי שטארק געוואלט עפעס טון למעשה, כאטשיג מאכן א שניט, עס זאל קומען אביסל בלוט פון יצחק, האט אים דער אייבערשטער געזאגט (בראשית כב, יב): "אַל תַּעַשׂ לוֹ מְאוּמָה", מאך נישט, עס פעלט נישט אויס, ווייל דאס וועלן, גליסטן און בענקען – איז מער ווי א שניט, דאס גיסט ימ'ן בלוט.


וואויל איז דעם וואס לעבט מיט דעם, ער גייט התבודדות און זאגט פארן אייבערשטן ווי שטארק ער וויל זיין גוט.

#14 - נישט אפלאזן דאס ווילן, בענקן און גליסטן צו זיין אן ערליכער איד
תפילות אויף אידיש, שלום בית, התחזקות, עבודת השם, רצונות, בזיונות, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער, איך ווארט שוין אייך צו טרעפן און ענק קענען באגריסן, און אפילו קענען רעדן מיט יעדן איינעם אפאר ווערטער פערזענליך; בעיקר די בחורים פון אונזער ישיבה, זיי האב איך זייער ליב, איך ווארט זיי צו טרעפן.


נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר גערעדט פון נישט אפלאזן די רצון צו זיין אן ערליכער איד; כל זמן מען וויל נאך זיין אן ערליכער איד, אפילו מען זעט ווי די מלחמה ווערט שווערער און שווערער, אויב לאזט מען נישט אפ דאס וועלן, בענקען און גליסטן צו זיין גוט – וועט מען ביים סוף מצליח זיין. דאס איז וואס די תורה זאגט אונז (דברים כא, י): "כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ", אויב דו וועסט גיין אין מלחמה – "וּנְתָנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ בְּיָדֶךָ", וועט דער אייבערשטער דיר העלפן, דו וועסט אויספירן.


דעם הייליגן רבינ'ס מדה איז נצח, דער רבי האט געזאגט: "נצחתי ואנצח, איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן", דער רבי שטארקט אונז מיר זאלן נישט אפלאזן דאס ווילן, בענקן און גליסטן - צו זיין אן ערליכער איד.


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, שווייגט אפ אין שטוב, נעמט אן די בזיונות, ענטפערט נישט, סוד כוונת אלול איז: "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", שווייגט אפ אויף די בזיונות; נישטא נאך א זאך וואס זאל אויסזויבערן דעם מענטש - ווי אפשווייגן אויף א בזיון; אז מען איז זוכה מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט, מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם – איז מען זוכה צו תשובה, צו בחינת אקי"ה, צו בחינת כבוד אלוקי צו כ', כתר (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


געדענקט, מיר פארן צום רבי'ן; דארפן מיר פארן מיט ריינע מוחין, מיט שלום בית. דער רבי האט געזאגט: "ווי ווייגט זיך צו קומען צו מיר איינער מיט שלעכטע געדאנקען?!" דער רבי האט נישט געוואלט זיין ביים טיש מיט דעם איד וואס האט נישט געהאט שלום בית; אז מיר קומען צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן און קומען מיט שלום בית.


גייט אהיים און בעטס ענק איבער, און אז זאכן שטערן דיר און זאכן באדערן דיר, זאלסטו גיין אין א ליידיגע פעלד, א ליידיגע פלאץ און שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, עס ברענט אין מיר כעס, עס ברענט אין מיר כבוד, עס ברענט אין מיר נצחון, עס ברענט אין מיר טפשות, העלף מיר, ראטעווע מיר, איך וויל זיין ערליך, נעם ארויס פון מיר די שלעכטע בלוט".


לייגט אוועק אלע מניעות, קומט אלע צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה.


א פרייליכן שבת, א כתיבה וחתימה טובה.
.

#13 - די וועלט האב איך נישט, יענע וועלט קומט מיר נישט
התחזקות, רצונות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דער עיקר צו וואס א מענטש דארף שטרעבן צוצוקומען – איז צו וועלן טון נאר דער רצון פונעם אייבערשטן, נישט האבן קיין שום אנדערע ווילן; דאס איז די מדריגה פון די גרויסע צדיקים וואס זענען דבוק צום אייבערשטן, און אויך אונז - וואס מיר זענען נאך ווייט פונעם אייבערשטן, אבער מיט די עצות פון רבי'ן - וועלן מיר צוקומען צו דעם.


מוהרא"ש פלעגט זאגן: "די וועלט האב איך נישט, יענע וועלט קומט מיר נישט און גיהנום דארף איך נישט, בלייבט מיר גארנישט איבער, נאר דעם אייבערשטן..." אוי די זיסע ווערטער, די דביקות צו וואס מוהרא"ש ברענגט אונז, מיר זאלן גארנישט וועלן, מיר זאלן נאר בענקען צום אייבערשטן.


גיי שפאציר אין דיין פעלד ארום דיין שטוב און זינג צום אייבערשטן: "טאטע איך דארף נאר דיר, טאטע איך בענק צו דיר, טאטע איך וויל נכלל ווערן אין דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - פארוואס גייט מיר אלעס פארקערט?
תפילות אויף אידיש, חברים, שלום בית, רצונות, סבלנות, תשובה, היכל הקודש, סיפורי מעשיות, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, שובבי"ם, ט' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז זייער וויכטיג זאלסט זיך האלטן מיט אנשי שלומינו, ווייל מען קען נישט מצליח זיין בלייבן ביים רבי'ן נאר מיט גוטע חברים וואס לעבן מיטן רבי'ן, זוך דיר אויף א גוטע חבר און יעדן טאג זאלסטו רעדן מיט אים אפאר ווערטער פון רבי'ן. ווייל מוהרא"ש זאגט, נאר מיט א גוטע חבר קען מען מצליח זיין ביים רבי'ן, און די אלע וואס האבן געהאט נקודות החבר, זיי האבן זיך מחזק געווען מיט גוטע חברים, יעדן טאג גערעדט פון רבי'ן, פון די זיסע ליכטיגע עצות - די האבן זייער מצליח געווען.


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין, שבת אינדערפי ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט (ספורי מעשיות, מעשה ג) ווי דער חיגר האט געטראפן א דיימאנט, דער רבי זאגט דעם לשון: "דערווייל האט ער א קוק געטון אויף דעם דיימאנט אויף דער אנדערע זייט האט ער געזען וכו'"; האבן מיר זיך זייער מחזק געווען מען זאל וויסן אז עס איז דא א דיימאנט אויך אויף די אנדערע זייט, מיין נישט אז נאר די וועג ווי דו ווילסט גיין - דאס איז די דיימאנט, און אז עס גייט פארקערט, עס גייט אנדערש - איז שוין נישט גוט; אז מען ווייסט, מען זעט אויך ביי די אנדערע זייט א דיימאנט - דעמאלט קומט מען צו די וועג וואס היילט אויס.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פב): "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִים שֶׁלִּפְעָמִים הוֹלֵךְ לְהָאָדָם שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", דאס וואס מען זעט אז אלעס גייט פארקערט ווי מען וויל, "שֶׁאוֹמֵר 'אֲנָּא אֶמְלֹךְ'", דאס קומט צוליב דעם וואס מען זאגט איך וויל דוקא עס זאל זיין אזוי און אזוי, "בָּזֶה הוּא מְחַלֵּק וּמַפְרִיד אוֹתָהּ מֵהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיט דעם רייסט מען זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁהוּא מְחַלֵּק אֶת מַלְכוּת לְעַצְמוֹ, אֲזַי הוֹלֵךְ לוֹ שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", און אז מען איז אפגעשיידט פונעם אייבערשטן - גייט אלעס פארקערט, אבער אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט - דעמאלט גייט אלעס כסדר.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (די וואך אין די פרשה, שמות רבה לג, ח): "בְּשָׁעָה שֶׁאָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְמשֶׁה עַל עִסְקֵי הַמִּשְׁכָּן", ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל בעטן אלע אידן נדבות צו בויען א משכן, "אָמַר לְפָנָיו, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם יְכוֹלִין הֵם יִשְׂרָאֵל לַעֲשׂוֹתוֹ", האט משה רבינו געפרעגט דעם אייבערשטן, קענען דען אידישע קינדער בויען א שטוב פארן אייבערשטן?! "אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֲפִלּוּ אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל יָכוֹל לַעֲשׂוֹתוֹ", האט דער אייבערשטער געזאגט, אפילו איינער אליין קען אויך בויען א משכן, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (שמות כה, ב): "מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ". האבן מיר גערעדט, מען זאל נישט ווערן צעפאלן אויב די ווייב איז נישט וויליג צו אננעמען דעם רבי'ן וכו', מען זאל נישט ווערן צעבראכן און טראכטן 'ווי וועל איך קענען בויען א בית המקדש? ווי וועל איך קענען מצליח זיין מיט די קינדער?' אויף דעם זאגט דער אייבערשטער, אפילו איינער אליין קען בויען א משכן און מצליח זיין מיט די קינדער.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון 'רצון', פון 'ווילן'; אז מען זעט מען איז ווייט פון דאווענען, ווייט פון לערנען, ווייט פון קדושה - זאל מען אבער וועלן און נישט אפלאזן די רצון, אזוי בויעט מען די משכן. אזוי ווי עס שטייט (שמות כה, ב): "יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ", און רש"י זאגט: "לשון רצון טוב", א גוטע ווילן; מען זאל זאגן פארן אייבערשטן: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל".


אז מען זעט מען פאלט אין קדושה, מען היט נישט די אויגן, מען קוקט עבירות רחמנא לצלן; זאג אבער פארן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל הייליגע אויגן, איך וויל ריינע אויגן, העלף מיר, העלף מיר איך זאל זיך קענען צוריק כאפן, תשובה טון, ווערן ערליך", אז מען ווערט בכעס, מען רעגט זיך, מען רעדט לשון הרע, רכילות - ווער נישט צעפאלן און טראכט 'איך בין פארפאלן, איך קען שוין נישט זיין א צדיק', שריי ארויס דיין הארץ, ידבנו לבו, לשון רצון טוב, זאג: "אייבערשטער איך וויל זיין גוט".


עס איז דא אסאך צו שרייבן וואס טוט זיך אפ א שבת אין ישיבה צווישן אנשי שלומינו, איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים.


נאכאמאל למען השם, האב א גוטער חבר; מען מוז האבן א גוטער חבר זיך אויסצושמועסן און זיך דערנענטערן צום אייבערשטן מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין א

#11 - קיין אומאן קומט מען נאר מיט תפילה און כיסופין
תפילה והתבודדות, רצונות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ווארט, קויף נאכנישט קיין טיקעט פאר דעם קומענדיגן ראש השנה אין אומאן, איך בין היינט געזיצן מיט ... נרו יאיר, מען פרובירט מיט אלע וועגן צו מאכן א טשארטער פליגער גלייך קיין מאלדאווע, אויך ווילן מיר מאכן די טשארטער זאל פארן נעבן קרית יואל, נאנט צו אונזער שטעטל קרית ברסלב, עס זאל זיין גרינגער פאר די שטעטל איינוואוינער.


דער עיקר דארפן מיר מתפלל זיין מיר זאלן זוכה זיין צו קענען נאכאמאל זיין ביים רבינ'ס ראש השנה, קיין אומאן קומט מען מיט תפילה; נאר תפילה, מיט כיסופין, השתוקקות און רצונות, און תפילה פאר אלע אידן, אלע זאלן שוין מקורב ווערן צום נחל נובע מקור חכמה, לעבן מיטן אייבערשטן, לעבן מיט תשובה, לעבן מיט שמחה.


איך האף צום אייבערשטן צו וויסן ביז דריי וואכן ווען איך פאר, און ווי אזוי מיר וועלן פארן.

#10 - איך דאנק דיך זייער פאר'ן העלפן די קהילה מיט'ן יערליכן קאמפיין
רצונות, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיך זייער פארן העלפן אונזער קהילה, קהילות היכל הקודש. בפרט אז דו העלפסט האברך אהרן ישראל פיש מיט די יערליכע קאמפיין לטובת די מוסדות.


מיר האבן נישט קיין גרויסע שטיצע פון אינדרויסן, אבער מיר האבן אינגעלייגט און בחורים וואס זענען זייער געטריי; זייער לעבן איז העלפן בויען מוסדות וואס פארשפרייטן דעם רבינ'ס לימודים.


קוק צוריק די לעצטע פאר יאר ווי שיין מיר האבן מצליח געווען מיט די רצונות פון אנשי שלומינו, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געבויט דעם קלויז נישט מיט געלט פון עשירים נאר מיט די רצונות פון ארעמעלייט".


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה און ברכה.

#9 - אנהאלטן אלע גוטע זאכן פון יום טוב שבועות
רצונות, סיפורי צדיקים, קבלה טובה, ארץ ישראל, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, איך בין געווען אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, עס איז געווען גאר א שיינער קיבוץ; איך האב הנאה געהאט צו זיין דארט יעדע איינציגע מינוט.


יעצט דארף מען זיך שטארקן אנצוהאלטן אלע גוטע זאכן. יום טוב שבועות האבן מיר זייער געבענקט צום אייבערשטן און צו די תורה, יעצט דארף מען אנהאלטן דאס בענקען, ווייטער בענקען צום אייבערשטן, בענקען צו די תורה און צו אלע הייליגע זאכן.


דער עיקר דארף מען בענקען, וועלן און האפן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף זיין מחותן, הרב הצדיק מוואלטשיסק זכר צדיק לברכה, וואס האט פערציג יאר געבענקט צו אנקומען קיין ארץ ישראל, און ווען דער חמעלניקער רב (אויך א מחותן פון רבי'ן) האט דאס געהערט - האט ער געזאגט: "וואס דארף מען זיך בענקען? אויב וויל מען פארן עפנט מען די בערזל, מען נעמט געלט און מען פארט".


ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "דער מחותן פון וואלטשיסק וועט אנקומען קיין ארץ ישראל, און דער מחותן חמעלניקער רב - נישט", ווייל דער עיקר איז דאס בענקען, וועלן און האפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#8 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#7 - אפילו ביסט נישט מצליח צו טון אסאך, זאלסטו בענקען, וועלן און האפן
התחזקות, עבודת השם, רצונות, סיפורי צדיקים, חומש רש"י, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בענק צום אייבערשטן, דאס וועט דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות. אפילו דו זעסט ווי עס גייט דיר נישט, דו ביסט נישט מצליח צו טון אסאך - דאך זאלסטו בענקען, וועלן און האפן, אזוי וועסטו זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגות.


עס איז באוויסט ביי אנשי שלומינו, אז ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום רבי'ן, ער איז געקומען צום רבי'ן און געזען דעם ספר שבחי האריז"ל - האט ער געבעטן דעם רבי'ן אויב ער קען דאס בארגן, האט דער רבי געזאגט: "יא", און דער רבי האט געשמייכלט און געזאגט: "אבער זאלסט נישט זיין ווי די חסידים וואס בארגן א ספר און פארגעסן עס צוריק צו געבן".


רבי נתן איז אריבער דעם ספר אפאר מאל און צו מארגנס האט ער דאס צוריק געברענגט. דער רבי פרעגט אים: "וואס האסטו געזען אינעם ספר?" זאגט רבי נתן: "צוויי זאכן. איינס, דער אריז"ל האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי חיים וויטאל אז אינעם היינטיגן דור קען א מענטש צוקומען צו די מדריגה פון רבי עקיבא מיט מיעוט פעולות, מיט ווייניג טון", האט זיך דער רבי אנגערופן: "יא יא, מיט ווייניג טון אבער מיט אסאך בענקען", און דער רבי פרעגט אים: "וואס איז די צווייטע זאך?" זאגט רבי נתן: "עס שטייט אינעם ספר, ווי מער דער אריז"ל האט אויסגעלויבט זיין תלמיד רבי חיים וויטאל - אלץ מער איז ער געווארן ביי זיך כלא כלום, ווי גארנישט, און עס איז אים געווען א וואונדער פארוואס זיין רבי רעדט פון אים", דער רבי האט דאס געהערט, ער האט געקוקט אויף רבי נתן און אים גארנישט געזאגט.


עס איז דא אסאך צו רעדן פון דעם, איך יאג זיך, איך דארף לויפן צו די בחורים. דער עיקר וויל איך זאלסט ארויסנעמען פון דעם סיפור דאס וואס דער רבי האט געזאגט: "מען קען זוכה זיין צו קומען צו גרויסע מדריגות דורך ווייניג טון אבער דורך אסאך בענקען".


די וואך גייען מיר ענדיגן ספר שמות. די וואך גייט צוויי פרשיות, ויקהל און פקודי, איז גוט שוין היינט זונטאג אנצוהייבן מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל, איינגעטיילט לויט די וואך. אז מען לערנט יעדן טאג חומש, תרגום מיט רש"י - איז מען זוכה צו רוח הקודש, מען ווערט געראטעוועט פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - זיך האלטן פריש, נישט אלט ווערן
אמונה, חסידות ברסלב, רצונות, שבת קודש, התחדשות, ראש ישיבה, פירושים, בית נצחי, ירושלמי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


"הדרן עלך תלמוד ירושלמי והדרך עלן", מיר ענדיגן היינט גאנץ תלמוד ירושלמי און מארגן הויבן מיר אן נאכאמאל. עס איז א גוטע צייט דו זאלסט אנהויבן לערנען יעדן טאג דעם בית נצחי, א בלאט ב'בלי א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'וספתא, מיט דעם בויט מען זיך א ב'י'ת' נצחי בזה ובבא; דאס נעמט מען מיט, דאס וועט אונז באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


שבת איז ביי אונז געווען זייער שיין, א שבת ביים רבי'ן איז זייער גרויס; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַּׁבָּתִים שֶׁשּׁוֹבְתִים אֶצְלִי", די שבתים וואס מען קומט צו מיר, "הֵם גְּדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַּׁבָּת לְשַׁבָּת", איז בעסער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת, און מוהרא"ש זאגט (שאלות ותשובות ברסלב חלק כג, מכתב ב' תתקנח): "אשרי מי שמתחבר עצמו עם אנשי שלומינו היקרים בעירו", וואויל איז דעם וואס קומט שבת זיין אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, "שזה ממש כאילו ששבתו אצל רביז"ל", וואס דאס איז ממש אזוי ווי מען קומט א שבת זיין ביים הייליגן רבי'ן.


שבת אינדערפרי פארן דאווענען האבן מיר געלערנט פעולת הצדיק פון אמונה (סימן תתפג), ווי דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן אפלאזן חקירות נישט זוכן צו פארשטיין, נאר גלייבן באמונה שלימה.


שבת אינדערפרי נאכן דאווענען ביי די קידוש לערנען מיר פאר ספורי מעשיות, מיר האלטן יעצט ביי די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג), ביי די שטיקל ווי די חתן כלה האבן זיך דערמאנט די חסדים פונעם אייבערשטן, ווי ער האט רחמנות געהאט אויף זיי און געשיקט די בעטלערס. האבן זיי אנגעהויבן וויינען און בענקען: "ווי אזוי קענען מיר היינט אויך זיין אזוי ווי דעמאלט, און שפירן ווי מיר קענען נישט אן די בעטלערס?" זיי האבן זיך געבענקט צו די צייט וואס זיי זענען געווען אזוי הונגעריג פאר די בעטלערס, דאס הייסט ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען שפירט אזא דורשטיגקייט, אזא הונגער, מען פריידט זיך צו יעדע ווארט וואס מען הערט פון רבי'ן, אבער מיט די צייט ווערט אלעס אלט, מען שפירט ווי מען ווערט שוין נערוועז צו הערן די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל; צו דעם האבן זיי געבענקט, און צו דעם דארפן מיר זיך כסדר בענקען, מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן נישט ווערן אלט, מיר זאלן אלץ זיין פריש, מיר זאלן בלייבן פרישע מקורבים.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די שיחה (שיחות הר"ן, סימן רס), רבי נתן דערציילט: "פַּעַם אַחַת דִּבֵּר עִמִּי וְהִפְלִיג בְּמַעֲלַת הַהִשְׁתּוֹקְקוּת וְהַכִּסּוּפִין וְהַגַּעְגּוּעִים לִדְבָרִים שֶׁבִּקְדֻשָּׁה", דער רבי האט אמאל גערעדט מיט אונז פון דאס גרויסקייט פון בענקען און וועלן טון גוטע זאכן, "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ זוֹכֶה לַעֲשׂוֹתָם", אפילו מען איז נישט זוכה צו טון - "אַף עַל פִּי כֵן הַהִשְׁתּוֹקְקוּת וְהַגַּעְגּוּעִים בְּעַצְמָן טוֹבִים מְאֹד", זאל מען בענקען און וועלן טון די זאכן. "וְאָז הֵבִיא רְאָיָה לָזֶה", און דער רבי האט געברענגט א ראי' צו דעם, אז ווילן און בענקען איז זייער א גרויסע זאך, אפילו מען קען נישט טון די גוטע זאך, "מֵהַדִּין הַמְבֹאָר בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ אֹרַח חַיִּים סִימָן ס"ב" (סעיף ד), עס איז דא אן הלכה, "שֶׁמִּי שֶׁהוּא בְּמָקוֹם שֶׁאֵינוֹ נָקִי וְאֵינוֹ יָכוֹל לִקְרוֹת קְרִיאַת שְׁמַע", ווער עס געפונט זיך אין א נישט ריינע פלאץ און ער קען נישט ליינען קריאת שמע, "יְהַרְהֵר בְּלִבּוֹ", זאל ער טראכטן אין זיין הארץ.


"וּפֵרְשׁוּ שָׁם, שֶׁהַפֵּרוּשׁ הוּא: שֶׁיְּהַרְהֵר בְּלִבּוֹ שֶׁהוּא צָרִיךְ לִקְרוֹת קְרִיאַת שְׁמַע וְאֵינוֹ יָכוֹל, וְיִצְטָעֵר עַל זֶה וְהוּא מְקַבֵּל שָׂכָר עַל זֶה, עַיֵּן שָׁם", נישט ער זאל טראכטן פון קריאת שמע, מען טאר נישט טראכטן פון קריאת שמע אין א נישט ריינע פלאץ, נאר ער זאל טראכטן, עס איז אזא שאד אז איך קען נישט ליינען קריאת שמע, און ער זאל טראכטן, הלואי וואלט איך געקענט ליינען קריאת שמע, "נִמְצָא שֶׁהַהִשְׁתּוֹקְקוּת וְהַגַּעְגּוּעִים שֶׁמִּצְטַעֲרִים לַעֲשׂוֹת הַמִּצְוָה", זעט מען פון דעם א קלארע ראי' אז בענקען, וועלן און האפן צו טון א מצוה, "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְגָמְרָהּ", אפילו מען קען דאס נישט טון - "הֵם גַּם כֵּן יְקָרִים מְאֹד וּמְקַבְּלִים שָׂכָר עֲלֵיהֶם", איז אויך זייער חשוב און טייער ביים אייבערשטן.


מיר האבן דאס אריינגעטייטשט אין פרשת השבוע (בראשית יח, א): "וַיֵּרָא אֵלָיו ה'", דער אייבערשטער האט זיך באוויזן פאר אברהם אבינו, "וְהוּא יֹשֵׁב", ער איז געזיצן, "פֶּתַח הָאֹהֶל", ביים טיר פון געצעלט, "כְּחֹם הַיּוֹם", ווען די זון האט געברענט. דאס ווייסן מיר דאך, אז יעדע ווארט פון די תורה איז נישט נאר א סיפור הדברים וואס איז געווען, נאר יעדע ווארט פון די הייליגע תורה קומט אונז לערנען ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן.


טייטשט רבי נתן (לקוטי הלכות אבן העזר אישות הלכה ד', אות יט; ועוד), אז יֹשֵׁב איז א לשון פון עַכָּבָה - ווארטן, ווען א מענטש האט סבלנות, ער ווארט פֶּתַח הָאֹהֶל, ביים טיר פון קדושה; ווען מען זעט אז מען איז נישט זוכה אריין צו גיין אינעם טיר פון קדושה, דאך, אויב מען זיצט, מען ווארט ביים טיר; מען גליסט, מען בענקט, מען וויל זיין אן ערליכער איד - איז מען זוכה צו וַיֵּרָא אֵלָיו ה', דער אייבערשטער באווייזט זיך צו דעם מענטש, און אפילו ווען עס איז "כְּחֹם הַיּוֹם", עס ברענט אלע תאוות, עס פלאקערט דער יצר הרע, אויב מען בלייבט זיצן און ווארטן - איז מען זוכה צו אלע קדושות.


אלע צדיקים האבן זוכה געווען נאר ווייל זיי האבן זיך גע'עקשנ'ט, זיי זענען נישט אוועק פונעם אייבערשטן, "בְּחַצְרוֹת אֱלֹקֵינוּ יַפְרִיחוּ" (תהילים צב, יד), זיי זענען געבליבן אין חצר, דארט זענען זיי געוואקסן ביז זיי זענען געווארן צדיקים.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך בין פשוט פארנומען מיט די בחורים. אויך איז היינט געקומען צו מיר א גאסט פון ארץ ישראל, פון די אינגעלייט וואס העלפן מיר אויפשטעלן אין ארץ ישראל מוסדות; איך דארף גיין זיצן מיט אים, איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - אייערע קינדער דארפן א געזונטע מאמע
חיזוק פאר פרויען, רפואה, רצונות, דייעט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב אייך שוין געשריבן אז איר זאלט זיך אכטונג געבן וואס איר עסט, איר זאלט עסן נאר געזונטע עסן.


יעצט זאגט מיר אייער מאן נרו יאיר אז איר שפירט זיך זייער שוואך, איר ליגט טאג און נאכט, איר קענט גארנישט טון.


עס טוט מיר זייער וויי אז איר האט אויפגעגעבן אייער ווילן צו זיין געזונט; וואלט איר אכטונג געגעבן וואס איר עסט - וואלט איר געווען געזונט און שטארק. איר זענט יונג, איר זענט א מאמע, איר דארפט זיין געזונט; אייערע קינדער דארפן א געזונטע מאמע, פארוואס זאלט איר נישט פאלגן די דייעט און עסן נאר געזונט?


ביי א איד איז דער מח שטערקער פון די הארץ, די הארץ גליסט און דער מח טראכט, ווען די הארץ גליסט צו טון אדער עסן וכו' - דארף דער מח מאכן די החלטה יא צי ניין, און אז דער מח זאגט ניין - איז געענדיגט, איז ניין.


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נאר מחזק זיין ווען דער מענטש אליינס וויל, אבער אז מען וויל נישט לעבן, מען וויל נישט זיין געזונט - וואס קען איך טון.

#4 - מען מעסט א מענטש לויט וואס ער וויל און בענקט צו זיין
רצונות, התחדשות, חתונה, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


אז איר ווילט זיין גוט, איר ווילט זיין וואויל – זענט איר גוט און וואויל; ווייל מען מעסט נישט דעם מענטש לויט זיינע מעשים וואס ער טוט, מען מעסט דעם מענטש לויט זיינע רצונות, מען קוקט וואס דער מענטש וויל זיין, וואס דער מענטש בענקט צו זיין; ווער עס וויל זיין גוט, ווער עס בענקט צו זיין וואויל - דער איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


הערט זיך אויף צו צעברעכן, קלאפט זיך נישט אראפ, טאנצט איבער אלעס וואס איר האט געטון ביז אהער, הויבט אן א נייע בלעטל אין לעבן. איר גייט יעצט צו אייער חתונה, פארגעסט וואס איז געווען ביז אהער. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן (חיי מוהר"ן, סימן תקפו) חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטשט טאנצן און שפרינגען, מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; א חתן און כלה דארפן פארגעסן די גאנצע עבר, מען דארף אנהייבן פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - קיין איין גוטע ווילן גייט נישט לאיבוד
רצונות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהאט א פראבלעם מיט מיין אימעיל, עס האט זיך פארמעקט זייער אסאך בריוו. איך האב נאכנישט געהאט א געלעגנהייט צו ליינען דיין בריוו, זיי אזוי גוט און שיק איבער די בריוו אויף וואס דו ווארטסט א תשובה; איך וועל דיר בלי נדר ענטפערן.


איך שטעל זיך פאר אז צענדליגער מענטשן מיינען אז איך וויל זיי נישט ענטפערן; וואס זאל איך טון אז דאס האט פאסירט.


גיי צום אייבערשטן, ביים אייבערשטן פארמעקט זיך נישט קיין איין ווארט, קיין איין גוטע ווילן, (פרשת תרומה, קנ:): "לֵית רְעוּתָא טָבָא דְּיִתְאֲבִיד מִקַּמֵּי מַלְכָּא קַדִּישָׁא", קיין איין גוטע ווילן גייט נישט לאיבוד.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.

#2 - די גרויסקייט פון א מענטש מעסט זיך איז זיין גוטן ווילן
תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, עבודת השם, שאלות, ספיקות, רצונות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס דארף אייך נישט שטערן אז איר האט נישט וואס צו פרעגן, נישט דורך פרעגן שאלות ווערט מען א תלמידה. אז איר זעט אז איר האט נישט וואס צו פרעגן, מיינט נישט אז איר זענט ווייניגער תלמידה פון די וואס פרעגן.


ביי מוהרא"ש איז אויך אזוי געווען, עס זענען געווען אנשי שלומינו וואס האבן יעדן טאג געהאט צו פרעגן שאלות און ספיקות און עס זענען געווען אנשי שלומינו וואס האבן געהאט אפשר איינמאל א יאר א שאלה צו פרעגן; נישט דאס איז קובע אויב מען איז א תלמידה אדער נישט.


ווי אזוי ווערט מען גערעכנט א תלמידה בית פיגא? ווי אזוי ווערט מען גערעכנט א ברסלב'ער חסיד? אז מען וויל זיין גוט, אז מען בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, איך וויל טון דיין ווילן"; אזוי מעסט מען דאס גרויסקייט פונעם מענטש, מען זעט זיין הארץ, זיין ווילן, זיין בענקשאפט.


איר זענט א חשוב'ע תלמידה, קלאפט זיך נישט אראפ, איר זענט זייער חשוב. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן שיין צו יעדעם, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן גוטע ווערטער צו יעדן איינעם.

#1 - מ'קען כאטש האבן א ווילן צו זיין גוט
עבודת השם, רצונות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכותו יגן עלינו: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטש ליב האבן אן ערליכער איד; לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים".


די פאר ווערטער זענען זייער טיפע ווערטער, זייער שטארקע ווערטער; דאס קענען מיר יא טון, מיר קענען האבן א ווילן צו זיין גוט.


איך האף אז דו האסט נאך דעם ווילן אזוי ווי אין די צייט ווען דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן.