בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס הערט זיך? ברוך ה'!
תודה והודאה, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


"דִּבְרֵי נִרְגָּן", זיך אפרעדן און זיך באקלאגן, "כְּמִתְלַהֲמִים", איז אזוי ווי קלעפ, "וְהֵם יָרְדוּ חַדְרֵי בָטֶן", עס גייט אריין אינעם בויך (משלי כו, כב).


דאס קען מען פארשטיין מיט דעם וואס מוהרא"ש ברענגט פון הייליגן רבי נתן, ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער פאר די מלאכים: "קוקט, דא איז א מענטש וואס דאנקט מיר, איך וועל אים געבן נאך מער גוטס, ער זאל מיר נאך מער דאנקען", און חס ושלום ווען איינער רעדט זיך אפ, ער באקלאגט זיך, זאגט מען אין הימל, מען וועט אים געבן יסורים און צרות ער זאל האבן וואס צו קרעכצן.


דאס זאגט דער פסוק, "דִּבְרֵי נִרְגָּן", - די רייד פון זיך אפרעדן און באקלאגן, "כְּמִתְלַהֲמִים", - דאס איז קלעפ, די רייד ברענגען קלעפ, "וְהֵם יָרְדוּ חַדְרֵי בָטֶן", - דאס גייט אראפ אין די בויך, מען באקומען קרענק רחמנא לצלן.


דעריבער דארף מען שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן, שטענדיג ענטפערן ווען מען פרעגט דיר: "וואס הערט זיך? וואס מאכסטו? וואס טוט זיך?" - "ברוך ה'! הודו לה' כי טוב! יישר כח אייבערשטער עס איז מיר זייער גוט!" אזוי ווי מוהרא"ש טייטשט (ספר תהלות נתן) אויפ'ן פסוק (קלו, א): "הוֹדוּ לַה' כִּי טוֹב", ווען א מענטש זאגט: יישר כח אייבערשטער, עס איז מיר גוט! "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", - דאס מאכט עס זאל קומען נאך און נאך חסדים, והבן למעשה.