בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס זיך מקבל זיין עס זאל זיך אנהויבן הצלחה?
שמחה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


דו דארפסט שפע, דו ווארטסט אויף א ישועה, דו פרעגסט וואס דו קענסט זיך מקבל זיין עס זאל זיך אנהויבן די הצלחה?


שמחה איז די שליסל פאר הצלחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד", ווער עס איז שטענדיג פרייליך, "עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", איז שטענדיג מצליח.


ווי אזוי? און מיט וואס? מען דארף זיך פרייען אז מען איז א איד, מיט די מצוות וואס מען טוט. גיי א טענצל נאך שחרית אז דו האסט זוכה געווען אנצוטון די הייליגע טלית ותפילין, עס זאל דיר זיין חשוב דיינע מצוות (וואש אויס דיין טלית, דיין טלית קטן, אפילו די קאר וואשט מען מזמן לזמן, איז וואס איז מיט די מצוות...?)


איידער דו קומסט אהיים זיי זיך מיישב, מאך א שמייכל, טראכט ווי אזוי דו קענסט באהאלטן די ווייטאג, און נאר פרייליך מאכן אין שטוב.