בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די וואס זענען מחזק, דארפן התחזקות
התחזקות, הפצה, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


האברך ... נרו יאיר האט מיר געשריבן אז דו האסט אים געשריבן ווי שטארק דו ביסט זיך מחי' מיט די בריוון וואס איך שרייב דיר יעדן טאג; דו האסט מיר ממש מחי' געווען.


מענטשן מיינען אז דער וואס איז מחזק אנדערע דער דארף נישט קיין חיזוק; אבער עס איז פונקט דער היפך פון דעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי פרשת נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִים אֶלָּא הַמְחוּזָקִים"; זאגט אויף דעם מוהרא"ש אז דאס מערסטע דארף מען מחזק זיין די וואס זענען מחזק אנדערע, ווייל "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ - יִצְרוֹ גָּדוֹל הֵימֶּנּוּ (סוכה נב.)"; די וואס זענען עוסק אין צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן – אויף זיי פארלייגט זיך דער יצר הרע אסאך מער זיי צו צעברעכן. דעריבער האב איך זייער הנאה צו הערן פון דיר אז דו ביסט זיך מחי' מיט די בריוון.


הלוואי זאלסטו נעמען די קונטרסים "עצתו אמונה" און דאס פארשפרייטן פאר אנדערע, זאלן זיך נאך מענטשן מחי' זיין און זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


יישר כח פאר'ן געבן דיינע צדקות צו העלפן די ישיבה; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.