בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בנוגע דער וואס רודפ'ט דיך וכו'; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעז), מחלוקת קען נאר זיין ווען ביידע ווילן די מחלוקת, דער רבי געבט א משל, ווען איינער גראבט אן אונטערגרוב אונטער דעם חבר'ס הויז, אויב וועט ער אויך גיין גראבן אנטקעגן יענעם - וועט דער וואס וויל אונטער גראבן גרינג אויספירן און ענדיגן די מחתרת, וואס וועט אבער זיין אויב דער חבר וועט שטיין און גיסן זאמד און מאכן מיט די זאמד א בערגל? וועט ער מיט דעם צעשטערן יענעמ'ס פלענער, דער שונא וועט נישט קענען אנקומען צו אונטער גראבן, "כְּמוֹ כֵן", אזוי אויך זאגט דער רבי, "אֵין לַעֲמֹד כְּנֶגֶד הַשּׂוֹנְאִים לַעֲשׂוֹת כְּנֶגְדָּם", מען זאל זיך נישט קעגן שטעלן די פיינט, טון קעגן זיי, ווייל ווען מען קריגט זיך צוריק מיט זיי - איז דאס אזוי ווי מען העלפט דעם שונא גראבן די מחתרת, נאר מען זאל גיסן זאמד. דאס איז וואס מען בעט ביים דאווענען "ונפשי כעפר לכל תהי'", הייליגער באשעפער איך זאל זיין אזוי ווי זאמד, וויפיל מען וויל מיר אונטער גראבן זאל איך זיין אזוי ווי מען גיסט זאמד, איך זאל זיך נישט צוריק קריגן.
דער רבי לערנט אונז, ווען מען האט מחלוקת - זאל מען זיך נישט קריגן, נאר יעדן דן זיין לכף זכות, "וְלַעֲשׂוֹת לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת", און טון מיט זיי אלע טובות, "בְּחִינוֹת", אזוי ווי מיר דאווענען און בעטן: "וְנַפְשִׁי כְּעָפָר לַכֹּל תִּהְיֶ'", מיר זאלן זיין אזוי ווי די זאמד, "כְּמוֹ הֶעָפָר", אזוי ווי זאמד, "שֶׁהַכֹּל דָּשִׁין עָלֶיהָ", אלע טרעטן אויף איר, "וְהִיא נוֹתֶנֶת לָהֶם כָּל הַטּוֹבוֹת", און די זאמד געבט צוריק אלע טובות, "אֲכִילָה", עסן קומט פון דער ערד, "וּשְׁתִיָּה", טרינקען קומט פון דער ערד, "וְזָהָב", גאלד, "וְכֶסֶף", און זילבער, "וַאֲבָנִים טוֹבוֹת", און שיינע שטיינער, "הַכֹּל הָיָה מִן הֶעָפָר", אלעס קומט פון דער ערד, און אז מען טרעט אויף דער ערד און מען ווארפט מיסט אויף דער ערד, מען שפייט אויף דער ערד, וואס טוט דער ערד? זי געבט ארויס נאר גוטס, "כְּמוֹ כֵן", אזוי דארפן מיר זיך פירן מיט די פיינט, "אַף עַל פִּי שֶׁהֵם חוֹלְקִים עָלָיו", אפילו זיי קריגן זיך און רעדן שלעכטס, "וּמְבַקְּשִׁים רָעָתוֹ", און זוכן ווי מען קען שלעכטס טון, "אַף עַל פִּי כֵן יֵעָשֶׂה לָהֶם", דארף מען צוריק טון, "כָּל הַטּוֹבוֹת", נאר טובות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.