בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס צו טון אין די פרייע צייט אין קעמפ
אמונה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


בעט דיין טאכטער אז אין די איבריגע צייט וואס זי האט; אין קעמפ געבט מען פאר די מיידלעך פרייע צייט - זאל זי יעדן טאג טון צוויי זאכן, זי זאל יעדן טאג זאגן די דרייצן אני מאמין'ס, דאס איז די יסוד פון א איד, צו לעבן מיט אמונה, געדענקען אז: "והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים", דער אייבערשטער אליינס טוט אלעס, האט געטון אלעס און וועט אלעס טון; נישטא קיין טבע, נישטא קיין מקרה און מזל, אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן, אלעס פון די וועלט איז אלקות, די וועלט איז א לבוש פונעם אייבערשטן; אז מען חזר'ט די אני מאמין'ס באקומט מען א שטארקע אמונה.


עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געזאגט די אני מאמין'ס אפאר מאל א טאג, דער הייליגער צדיק דער צאנזער רב זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן כמה פעמים א טאג די אני מאמין'ס, ער פלעגט דאס זאגן מיט א פייער און א ברען, מיט די טייטש.


אויך זאל זי זאגן יעדן טאג תהלים, זי זאל זאגן וויפיל זי קען, אויב זי קען זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהלים' - מה טוב ומה נעים, אזוי וועט זי ענדיגן יעדע וואך ספר תהלים, און אז זי קען נישט זאגן אזוי סאך - זאל זי זאגן יעדן טאג וויפיל זי קען; פינף קאפיטלעך אדער צען קאפיטלעך תהלים, זיי איר מחזק אויף זאגן תהלים.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז דער תהלים איז געמאכט נאר ווען מען האט א צרה, און נאר ווען מען זעט נישט מער א וועג, די דאקטוירים האבן אויפגעגעבן דעמאלט איז א צייט פון תהלים; עס איז א טעות, תהלים דארף מען שטענדיג זאגן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג), אז תהלים געבט כח צו טון גוטע זאכן און צו זיין אן ערליכער איד; נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן צח) תהלים איז א משענת, אן אונטערלאנער, אזוי ווי א שטעקן פאר עלטערע מענטשן צו קענען גיין; דורך זאגן תהלים האט מען כח אנצוגיין אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.