בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס איז מיין טאלאנט אויף וואס איך בין באשאפן געווארן?
שמחה, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך- ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


אז איינע פון דיינע חברים האבן א טאלאנט פון מתרגם זיין מוהרא"ש'ס ספרים אויף אנדערע שפראכן, א צווייטער האט א טאלאנט פון שרייבן ניגוני אמונה און א דריטער מיט א צווייטע טאלאנט, און דו פרעגסט זיך אליין: 'מה חובתי בעולמי, וואס איז מיין טאלאנט אויף וואס איך בין באשאפן?'


זאג איך דיר ליבער ברודער, דיין זאך איז זיין א איד, דינען דעם אייבערשטן, דאווענען דריי תפילות, לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מחנך זיין די קינדער מיט יראת שמים און אמונה, און טון חסד; דאס איז דיין פליכט, מיין פליכט און אלעמענ'ס פליכט.


צעברעך זיך נישט אז דו האסט נישט עפעס מיט וואס דו קענסט עפעס מער וכו'; זיין א פשוט'ער איד, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, זיין פרייליך, זיין צופרידן, פרייליך מאכן אנדערע, שמייכלען צו אנדערע.


א ברסלב'ער חסיד האט געזאגט, די גרעסטע טאלאנט איז, איינער וואס האט קיין שום טאלאנט און ער דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה און מיט אמונה – דאס איז העכער און שטערקער פון יעדע טאלאנט.