בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס איז די סוד פארוואס די מוסדות זענען אזוי מצליח?
מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן געעפנט א נייע יאר בית פיגא, אויך אין בני ברק האבן מיר געעפנט א בית פיגא; עס קומען צוריק הערליכע שיינע גריסן, ווי מען לערנט מיט די תלמידות דאס שיינקייט פון זיין א איד, דאס שיינקייט פון גיין איידל אנגעטון, און אזוי ווייטער.


אויך די חדרים גייען אן, מיר הויבן אן נאך סוכות די נייע כיתות; יעצט ביז סוכות זענען די קינדער ממשיך מיט זייערע מלמדים פון ביז אהער.


די ישיבות גייען אן זייער שיין, מיר האבן דריי שיינע ישיבות; אין ירושלים, אין שטעטל און אין וויליאמסבורג; ווער האט דאס געקענט אויסטראכטן, אז אין אזא קורצע צייט זאל זיך אוועק שטעלן אזא הערליכע קהילה מיט אזויפיל מוסדות איבער די גאנצע וועלט. מענטשן פרעגן: "וואס איז די סוד?" דער ענטפער איז, מסירות נפש פון מוהרא"ש, תפילות ובכיות פון מוהרא"ש.


מארגן וועט זיין די וועכנטליכע שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג, קום זיך אויפפרישן; דער סמ"ך מ"ם רוט נישט, ער קומט יעדן טאג פונדאסניי מיט נייע נסיונות, נייע פייערן, און מען קען נישט זאגן 'מען האט שוין פאריגע וואך געהערט א שמועס פון חיזוק וכו', מען דארף פרישע חיזוק, פון פריש נאכאמאל הערן דאס גרויסקייט פון לערנען תורה און פון זיך מתבודד זיין.


נעכטן איז געווען א ראש חודש סעודה ביי מיר אין שטוב פאר די אלע וואס העלפן אונזער כולל, וואו אינגעלייט לערנען בהתמדה גדולה, איך בין זייער דאנקבאר פאר אלע וואס נעמען א חלק אז די כולל זאל אנגיין.


לעת עתה קען איך נישט אויפנעמען מענטשן, איך האב נישט וואו; די אפיס אין ישיבה איז חרוב, וואסער איז אריין אין אפיס און געשטאנען א גאנץ זומער, מען דארף אלעס איבערמאכן, איז ביז דערווייל אפגעשטעלט דאס אויפנעמען מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש, א גוט געבענטשט יאר.