בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
וואס איז שענער פון גיין מיט א טיכל? עס האט דאך אלע טעמים, דאס איז דאך די לבוש ווי אזוי מען זיצט אין גן עדן. ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם", די צדיקים זיצן מיט א קרוין אויפן קאפ, "ונהנים מזיו השכינה", און זיי האבן א פארגענוגן פון די זיסע לויטערע טעם פון שפירן דעם אייבערשטן.
בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך זוכה זיין צו שפירן א טעם, א זיסקייט - אין מיין צניעות? ווען וויל איך ליב האבן די איידעלע אידישע חן? הייליגער באשעפער, איך וויל ליב האבן די תורה וועג, ליב האבן צניעות"; מיט תפילה קומט מען אן צו די העכסטע פלאץ.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.