בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך האב געהאט נעכטן גרויס צער פון וואס איר האט דערציילט, אז אייערע קינדער ליידן פון די פראסטן ביים ווארטן אויפן באס, יעצט ווען עס איז ביטער קאלט און די באס דרייווערס קומען נישט אין צייט, און אייערע קינדער ווערן פארפרוירן פון די פראסטיגע קעלט.
איך האב גערעדט צום מענעדזשער ער זאל מאכן טרעקערס אויפן באס, מען זאל קענען אריינרופן און זען ווען צו שיקן די קינדער.
זייט מיר מוחל, מיר ארבעטן זייער שווער אז זאכן זאלן זיין גוט. מיר זענען א נייע מוסד, מיר האבן נישט קיין געלט, זאכן נעמען אביסל צייט ביז עס ווערט מסודר. איך האף צום אייבערשטן דאס צו קענען מאכן פאר אלע איינוואוינער פון שטעטל, אז מען זאל נישט דארפן אריבערגיין די שווערע זאך אז די קינדער ווארטן אויף די באס אין די ביטערע פרעסטן.