בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ווארעמקייט פון די מאמע באגלייט די קינדער זייער גאנץ לעבן
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר געבט זיך אפ מיט די קינדער און איר ליינט קריאת שמע מיט זיי יעדע נאכט, איר זינגט קריאת שמע מיט א ניגון עס זאל אריין גיין אין זייערע הערצער מיט א זיסקייט.


רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; רבי נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט זיי געוואלט מחנך זיין צו מאכן ברכות און ליינען קריאת שמע, איז אויסגעקומען אז האט ער נישט געקענט גיין שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין ביי חצות, אבער דאס איז אים געווען פונקט אזוי חשוב ווי די עבודה פון חצות.


אויף אייער פראגע פון קול באשה, איר פרעגט צי איר זאלט זינגען קריאת שמע אין באנגעלאו אדער ענדערש נישט זינגען ווייל מען קען ארויס הערן; ביי אייך אין שטוב קענט איר זינגען מיט די קינדער און איר דארפט נישט חושש זיין אויף קול באשה אויב מען קען ארויסהערן, חוץ אויב עס איז דא געסט ביי אייך אין שטוב דעמאלט זאלט איר אכטונג געבן נישט צו זינגען אויפן קול, אבער ווען איר זענט אליינס אין שטוב מיט אייער מאן און קינדער זאלט איר ווייטער זינגען פאר אייערע קינדער קריאת שמע און נאך ניגונים.


דורכאויס אלע דורות האבן זיך די אידישע מאמעס געפירט צו איינוויגן די קינדער מיט שיינע ווארעמע ניגונים, ניגונים וואס א קינד הערט פון די מאמע האט אזא שטארקע כח אויפ'ן קינד אז דאס באגלייט זיי א גאנץ לעבן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף רבי חנינא (חולין כד:) אז ביי די אכציג יאר האט ער נאך געהאט כח צו שטיין אויף איין פוס און אנטון די שיך און אויסטון די שיך פון די אנדערע פוס, ער האט געזאגט: "חַמִּין וְשֶׁמֶן שֶׁסָּכַתָּנִי אִמִי בְּיַלְדּוּתִי הֵן עָמְדוּ לִי בְּעֵת זִקְנוּתִי", די ווארעמע וואסער און די אויל וואס מיין מאמע האט מיר געשמירט און געוואשן אין מיינע יונגע יארן דאס העלפט מיר אין די עלטערע יארן; זאגט אויף דעם דער הייליגער מנחת אליעזר (דברי תורה חלק ט, סימן נג) אז דאס מיינט נישט בפשטות ווארעמע וואסער מיט אויל, נאר דאס מיינט מען די ווארעמקייט פון זיין מאמע, און די אויל - דאס איז די חכמה פון זיין מאמע - דאס האט אים געהאלפן; אז א מאמע לייגט אריין ווארעמקייט אין מצות ומעשים טובים העלפט דאס מען זאל א גאנץ לעבן זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.