בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
אייער מאן איז א וואוילער מענטש, ער איז גאר א גוטער, און אז איר וועט קוקן אויף אים גוט - וועט ער ווערן נאך בעסער, און אז איר וועט קוקן נאך בעסער וועט ער ווערן נאך בעסער. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים", א קלוגע פרוי, "בָּנְתָה בֵיתָהּ", בויעט אויף איר שטוב מיט געבן גוטע ווערטער, און מיט נישט ענטפערן ווען דער מאן פארלירט זיך.
א שאד מען לערנט דאס נישט מיט די מיידלעך אין די סקולס; אנשטאט לערנען שטותים והבלים פון זאכן וואס מען דארף בכלל נישט וויסן פארן לעבן, וואלט מען ווען געדארפט לערנען די חכמה ווי אזוי מען בויט אויף א מאן, ווי אזוי מען בויט אויף קינדער, ווי אזוי מען בויט זיך אליין אויף; דורך אויפזוכן דאס גוטס און דורך דן זיין לכף זכות, זוכן עפעס גוטס, און נאר פון דעם טראכטן; וואלט מען דאס געלערנט מיט די מיידלעך - וואלט מען ווען געקענט איינשפארן אלע גיטין, עס וואלט געווען שלום ושלוה.
ערשטנס דארפט איר אנהויבן קוקן גוט אויף זיך אליין, זיך נישט אראפווארפן, זיך נישט באשולדיגן אויף יעדע זאך; וואס דאס דארף נישט זיין א שווערע זאך, ווייל איר זענט זייער טייער, און נאכדעם זאלט איר אויפזוכן דאס גוטס ביי אייער טייערער מאן, וואס איז טאקע גוט און וויל נאר זיין גוט, און אזוי אויך מיט אייערע עלטערן וכו' וכו'.
גלייבט דעם רבי'ן, דער רבי איז דער דאקטער פאר אלע דורות ביז משיח וועט קומען, נאר דער רבי היילט און וועט אונז ווייטער היילן, נאר דעם רבינ'ס עצות היילן די נפש, און אז דער רבי זאגט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) אז דורך קוקן גוט קען מען יעדן איינעם מאכן פאר א גרויסער צדיק - דארף מען דאס טון, און אז דער רבי זאגט אונז אן עצה צו שמועסן מיטן אייבערשטן יעדן טאג - דארף מען דאס טון, מען דארף זיך באשטימען א צייט און א פלאץ יעדע טאג פאר אפאר מינוט און זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אים בעטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין פרייליך, הייליגער באשעפער איך וויל נאר דיך, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, געוואלד איך גיי שוין באלד צוריק אהיים צו דיר, מיט וואס וועל איך קומען צו דיר? ווי אזוי וועל איך שטיין ביים בית דין של מעלה? העלף מיר, ראטעווע מיך, איך זאל האבן גוטע אויגן, נאר זען גוטס ביי יעדן איינעם, און אפילו ווען איינער טוט מיר וויי זאל איך דאס נישט נעמען פערזענליך און פיינט האבן יענעם, נאר קוקן אויף יענעם מיט א רחמנות, מיט ליבשאפט".
זייט שטארק מיט די צוויי עצות, זוכן גוטס אין יעדן איינעם, בעיקר אין זיך אליין און אין אייער מאן, און מיט די צווייטע עצה פון שמועסן מיטן אייבערשטן; וועט אייער לעבן אייך ווערן גן עדן, זיס, געשמאק, איינגענעם און בא'טעמ'ט.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.