בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מוהרנ"ת איז אמאל געווען ביין רבי'ן אין שטוב, דער רבי איז געלעגן אין בעט און דער רבי רופט זיך אן (שיחות הר"ן, סימן שב): "דֶער עִקָּר אִיז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'" (יונה ב, ג), אפילו איינער וואס איז שוין פארכאפט ביי די טומאה, ער איז שוין אינעם בטן פון די סטרא אחרא - זאל ער נישט אויפגעבן, נאר פון דארט שרייען צום אייבערשטן: "טאטע נעם מיך ארויס פון בלאטע, העלף מיר עס זאל מיר ליכטיג ווערן", און אויסזאגן דעם אייבערשטן אלעס וואס ער האט פוגם געווען במחשבה, דיבור און מעשה, ארויס זאגן די עבירות מיטן מויל. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (בא, דף מ:): "כֵּיוָן דְּאַקְדִּים בַּר נָשׁ", און אז דער מענטש האט שכל, ער קומט ערשט צום אייבערשטן, "וּמְפָרֵיט חֶטְאוֹי", און ער דערציילט אויס זיין הארץ, די עבירות אין וואס ער איז דורכגעפאלן, "כָּל חַד וְחַד", ער דערציילט דעם אייבערשטן יעדן זינד, "לָא אַשְׁאִיר פִּטְרָא דְּפוּמָא לְהַהוּא מְקַטְרְגָא", האט שוין דער יצר הרע נישט וואס צו פאר'מסר'ן, דער אייבערשטער זאגט אים 'איך ווייס שוין אלעס, דער מענטש איז שוין דא געווען, ער האט שוין דערציילט, ער האט שוין תשובה געטון', "וְלָא יָכִיל לְמִתְבַּע עָלֵיהּ דִּינָא", און ער קען מער נישט בעטן מען זאל ברענגען א שטראף אויפן מענטש, "דְּהָא תָּדִיר תָּבַע דִּינָא בְּקַדְמִיתָא", ווייל שטענדיג זוכט ער ווי מען קען ברענגען שטראפן, "וּלְבָתַר מִשְׁתָּעֵי וּמְקַטְרֵג פְּלוֹנִי עָבֵד כַּךְ", און נאכדעם רעדט ער אָן אויפן מענטש אז ער האט געטון שלעכטס, "וְעַל דָּא", דערפאר, "אִצְטְרִיךְ לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאַקְדְּמָא", דארף דער מענטש אים פעדערן, זיך שטענדיג מתבודד זיין, זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס מען האט געטון, "וּלְפָרֵט חֶטְאוֹי", און אויסשמועסן יעדע עבירה, אזוי ווערט ער געראטעוועט, "כֵּיוָן דִּמְקַטְרְגָא חָמֵי דָּא", און ווען דער יצר הרע זעט אז דער מענטש מאכט התבודדות, "לֵית לֵיהּ פִּטְרָא דְּפוּמָא עָלֵיהּ", קען ער זיך נישט עפענען דאס מויל, ער האט נישט וואס צו דערציילן פון אים, "וּכְדֵין", און דורכדעם, "אִתְפְּרַשׁ מִנֵיהּ מִכֹּל וָכֹל", ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע, ער גייט אינגאנצן אוועק פון דעם מענטש.
ווען דיינע קינדער קומען אהיים פון חדר און פון שולע - זאלסטו זיי אויספרעגן: "ווי אזוי איז געווען דיין טאג? וואס איז געווען אין חדר? וואס האט דיין רבי געזאגט? וואס האט דיין לערערין געזאגט?" פרעג זיי: "ביסט דרך ארץ'דיג? אנדערע קינדער זענען דרך ארץ'דיג? דו ביסט פון די קינדער וואס שטערן?" עס זאל דיר אינטערעסירן דיינע קינדער, עס זאל דיר אינטערעסירן דיין שטוב; אזוי וועסטו זוכה זיין צו ערליכע דורות.
היינט זאגט מען נישט קיין יום כיפור קטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.