בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
משפחת ... שיחיו
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז נישט גוט און נישט געזונט ענק זאלן נאכקוקן ענקער איידעם מיט אזא פארגרעסערונגס גלאז; וויפיל איך ווייס איז ענקער טאכטער זייער פרייליך מיט איר מאן, איך האב געפרעגט די כלה טיטשער, זי זאגט מיר אז אייער טאכטער איז פרייליך און צופרידן.
אפילו עס וועט זיין זאכן וואס מען דארף פאררעכטן צווישן זיי, איז ריכטיג די עלטערן זאלן זיך נישט אריינמישן, ריכטיג איז מחזק זיין די טאכטער זי זאל רעדן צו א טיטשער, צו איר מנהלת וכדומה, נישט די מאמע זאל זיך פארען, ווייל מוהרא"ש זאגט אז רוב גיטין איז פון די עלטערן וואס מישן זיך אריין אין די מצב ביי די קינדער.
עלטערן קענען העלפן די קינדער מיט זייער שלום בית; יעדע מאל מען רעדט צום טאכטער זאגט מען א גוט ווארט אויפן מאן, און אז די טאכטער קרעכצט זאגט מען איר: "שעפעלע מען האט גארנישט פון קרעכצן", מען איז מחזק די טאכטער זי זאל זוכן דאס גוטס, און אז מען רעדט צום זון זאגט מען אים א גוט ווארט אויף זיין ווייב, און מען פרעגט אים אויב ער איז שיין און גוט צו איר. עלטערן דארפן מוטיגן און שטארקן די קינדער זיי זאלן אריינלייגן זייער גאנצע כח אין מח אין די שלום בית.
נאכאמאל וויל איך זאגן, לויט וויפיל איך האב מברר געווען איז דאס איבערגעטריבן, אייער איידעם איז א גוטער מענטש און אייער טאכטער האט אים זייער ליב.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.