בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי א מלמד דארף באטראכטן די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ל' כסליו, א' דר"ח טבת, ו' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר פארציילט אז דו האסט באקומען בטעות א מעסידזש פון א פרוי וואס זי האט געמיינט צו שרייבן פאר איר מאן; זי שרייבט אים אז ער פירט זיך נישט אויף ווי א מענטש, נאר ווי א חי'. ער מאכט זיך פאר מענטשן כאילו ער האט שלום בית, אבער באמת ביסטו שלעכט צו מיר; דו פארציילסט מיר אז נאכדעם האט דער מאן דיר גערופן זאגן אז זיין ווייב איז פארשעמט געווארן אז עס איז אנגעקומען בטעות צו דיר וכו', דו ביסט ארום געגאנגען אזוי צעטומלט פון די מעשה וואס די פרוי מאכט מיט פון איר מאן.


עס איז גארנישט קיין טעות; די טעקסט מעסידזש איז אנגעקומען צו דיר אז דו זאלסט ארויסנעמען פון דעם א לימוד. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן א): א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען ארויס צו נעמען פון יעדע זאך - וואס ער זעט, אדער ער הערט - אז מען וויל אים עפעס ווייזן מיט דעם, ער זאל ארויס נעמען שכל פון דעם.


היות דו ביסט א מלמד, האט דער אייבערשטער דיר געוואלט ווייזן וואס אידישע קינדער מאכן נעבעך מיט. קינדער ווען זיי קומען צו דיר אין חדר לערנען די הייליגע תורה, קומען אסאך מאל פון צעדרייטע שטובער; דארפסטו אויף זיי רחמנות האבן, רעדן צו זיי שיין, ווייל קינדער וואס זעען ווי די עלטערן קריגן זיך, ווערן זייער דערשראקן. זייער מח ווערט פארמאכט, און זיי קענען שוין נישט מיט האלטן גמרא רש"י תוספות. א קינד דארף סיי זיין טאטע און סיי זיין מאמע; ווען ער זעט ווי זיי קריגן זיך, ווערט ער זייער צעבראכן, זיין מח פרעגט אים 'ווער איז גערעכט?' זיין מח באזשעוועט: 'מיט וועם האלסטו?' ביז עס בארירט זיי אינגאנצן, השם ירחם.


פאריגע וואך דערציילט מיר א בחור אזא מעשה; ער איז אויפגעשטאנען צופרי צו קומען אין ישיבה, אבער ער האט געהערט פון קאך ווי זיין טאטע מאמע קריגן זיך ארום, מען טענה'ט זיך, עס האט אים אזוי וויי געטון אז ער האט זיך צוריק געלייגט שלאפן, און ער איז אזוי געשלאפן ביז נאכמיטאג. דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך הער דאס פון בחורים, ווי זייער לעבן ווערט זיי זייער נמאס ווען זיי זעען ווי זייערע עלטערן קריגן זיך ארום.


יעצט אז דו ביסט אזוי צעטומלט אז עס איז אנגעקומען צו דיר בטעות טעקסט מעסידזש פון א פרוי ווי זי שרייבט צו איר מאן וכו'; דאס איז דיר געקומען צו ווייזן וואס אידישע קינדער גייען אריבער. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כח.): רבי יהושע האט געזאגט פאר רבן גמליאל - ווען ער האט אים געזאגט אז עס זעט אויס ווי ער איז א 'שמיד' - "אוֹי לוֹ לְדוֹר שֶׁאַתָּה פַּרְנָסוֹ, שֶׁאִי אַתָּה יוֹדֵעַ בְּצַעֲרָן שֶׁל תַּלְמִידֵי חֲכָמִים, בַּמֶּה הֵם מִתְפַּרְנְסִים וּבַמֶּה הֵם נִזּוֹנִים", וויי איז פאר דער דור וואס דו ביסט דער מנהיג, ווייל דו ווייסט נישט וואס עס גייט איבער אויף אידישע קינדער, דו ווייסט נישט זייער צער, ווי זיי מוטשען זיך וכו'; א מלמד איז א מנהיג ישראל, ער שטעלט אויף אידישע דורות, דארף ער וויסן וואס עס גייט אריבער אויף די קינדער פאר זיי קומען אין חדר.


זאלסט געבן גוטע ווערטער פאר אלע קינדער - נישט נאר פאר די מצוינים; אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, און מען געבט גוטע ווערטער נאר פאר אפאר קינדער, מען דארף געבן פאר אלע קינדער גוטע ווערטער. ווען איך בין געווען א מלמד האב איך געהאט א בוך מיט די נעמען פון אלע קינדער, איך פלעג דארט פארצייכענען יעדעס מאל איך האב געגעבן א גוט ווארט פאר א קינד, סוף טאג האב איך געקוקט אינעם בוך צי ביי אלע קינדער איז דא א צייכן, אזוי האב איך זיכער געמאכט אז איך האב יעדן טאג געגעבן פאר אלע קינדער גוטע ווערטער. דו אליינס האסט געלערנט ביי מיר פאר פופצן יאר צוריק, געדענקסטו זיכער דעם בוך וואו איך פלעג פארצייכענען וכו'. די קינדער פלעגן מיר פרעגן וואס דער בוך איז, וואס צייכענט מען, א פינטל מיינט שלעכטס אדער גוט, זיי האבן נישט געקענט אויס טרעפען וואס דער בוך איז.


איך דאנק דיר אז דו נעמסט צוזאמען די קינדער ביי שלש סעודות און דו זינגסט מיט זיי. ווען איך דארף ווען נישט פארלערנען ביי שלש סעודות וואלט איך געזיצן צוזאמען מיט דיר ביי די קינדער טיש, ווייל דאס איז ביי מיר דער עיקר פון אלעמען - אויפצושטעלן א נייע דור קינדער יראים ושלמים וואס וועלן זיך פירן בתמימות ופשיטות. לייג אריין אין זיי נארמאלקייט, זיי זאלן וויסן זמן תורה לחוד וזמן תפילה לחוד - ווען מען זינגט זמירות דעמאלט זאגט מען נישט משניות, און ווען מען דאווענט דאווענט מען.


איך האב זייער הנאה אז אלע מלמדים קומען זיך צוזאמען יעדן דינסטאג און מען גייט איבער וואס מען קען בעסער מאכן, יעדער איינער פרעגט עצות פונעם צווייטן, מקבלין דין מן דין.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע מלמדים; פארצייל זיי די מעשה וואס דו האסט געהאט מיט די מאמע וכו' (פארשטייט זיך אן א נאמען), זאלן זיי וויסן וואס גייט אריבער אויף אידישע קינדער, וועלן זיי זיין מער פארזיכטיג וכו'.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיין ווייב איר זאלט זוכה זיין צו בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ, בזכות וואס ביידע פון אייך העלפן מיר אזוי געטריי.