בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב געזען א בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט, זייער א שיינע בריוו; איך וועל דיר דאס מיטטיילן.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו פול מיט ביטערניש און טענות, דו בעטסט מיר איך זאל דיר שרייבן הנהגות ווי אזוי זיך צו פירן, וועל איך דיר שרייבן:
א. זיי פרייליך.
ב. זיי זיך מוסר נפש צו זיין נאר פרייליך.
ג. מאך פרייליך דיין ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה - בעלה משמחה"; דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.
ד. ארבעט אויף די נקודה צו זיין פרייליך, און זיי זיך מוסר נפש אויף דעם.
ה. זאלסט שטענדיג רעדן מיט דיינע פריינט נאר פון שמחה.
מוהרא"ש פירט אויס: "אני חושב שזה הנהגה הכי חשובה שאתה צריך בזה העולם", איך טראכט אז דאס איז די חשוב'סטע הנהגה פאר דיר, "כי העיקר בזה העולם הוא רק שמחה", ווייל דער עיקר אויף די וועלט איז נאר זיין פרייליך; דאס ברענגט צו ישוב הדעת און צו האבן סבלנות.
איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם בריוו, איך האב געטראכט אז דו וועסט אויך הנאה האבן פון דעם; אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו.