בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און איך האב הנאה צו הערן אז די פרויען צוזאמקום בלאזט אריין אין אייך א פרישע חיות אנצוגיין ווייטער מיט די ווירטשאפט פון א אידישע מאמע; דער רבי האט דיבורים און התחזקות אויפצולעבן יעדן איינעם.
בנוגע צי עס איז גוט צו קויפן א קעמרע פאר א מיידל; עס איז נישט קיין פראבלעם אז א מיידל זאל האבן א קעמרע, נאר וואס יא, יעדע איבעריגע זאך וואס מען וויל געבן פאר א קינד דארף דער קינד דאס פארדינען און מען דארף דאס אויסנוצן צו העלפן דעם קינד אויסארבעטן זיינע שלעכטע מידות.
יעדער איינער ווערט געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן און די צייט אויסצוארבעטן די מידות איז ווען מען איז יונג, אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן טז): "הָאָדָם לֹא נִבְרָא, רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶּבַע", א מענטש איז באשאפן געווארן ער זאל זיך אויסארבעטן זיינע מידות, און ער זאגט (שם) אז דאס איז גרינגער צו טון ווען מען איז יונג.
עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער זיך אויסארבעטן זייערע שלעכטע מידות און איינע פון די וועגן צו העלפן א קינד אויסארבעטן די נישט גוטע מידות, איז דורך באלוינען; למשל אז דער קינד דארף א געוויסע זאך וואס איז נישט א זאך וואס מען מוז האבן, קען מען אים העלפן אויסארבעטן א געוויסע מידה און נאך א שטיק צייט וואס מען זעט ווי דער קינד פרובירט זיך צו שטארקן אויף דער מידה געבט מען אים די פארדינטע מתנה.
דער עיקר דארף מען האבן תפילה; אז איר ווילט זוכה זיין צו ערליכע דורות זאלט איר בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף ערליכע דורות, בפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט דעמאלט איז א גרויסע עת רצון צו פועל'ן גרויסע ישועות, דאן זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט, אדער אין סיי וואסערע געלעגנהייט:
"רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, פאר מיין מאן און קינדער - פאר יעדן איינעם באזונדער; איך בעט דיר טאטע זיסער, געב מיר ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, קינדער וואס וועלן נאר גיין אין די וועגן פון די תורה. די אינגלעך זאלן אויסוואקסן תלמידי חכמים יִרְאֵי אֱלֹקִים, און די מיידלעך זאלן אויסוואקסן ערליכע צניעות'דיגע פרויען וואס וועלן אויך אויפשטעלן הייליגע דורות.
הייליגער באשעפער! מיין גאנצע לעבן איז נאר צו טון דיין ווילן, מיין גאנצע שטרעבן איז נאר צו ערציען א דור פון קינדער, אייניקלעך און אור-אייניקלעך וואס וועלן זיין ערליכע אידן מאמינים בה'; זיי וועלן גיין אין די וועגן פון די תורה און זיין דבוק צו דיר און צו די צדיקים. העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו דעם, העלף מיר איך זאל האבן נחת פון זיי; זיי זאלן אלע חתונה האבן אינגערהייט און זיי זאלן אלע האבן א שיין לעבן.
אייבערשטער איך דארף גארנישט אין מיין לעבן - נאר ערליכע קינדער; איך געב אלעס אוועק אבי מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.
הייליגער באשעפער, העלף מיין מאן ער זאל קענען ברענגען גרינג פרנסה, מיר זאלן זיך נישט דארפן מוטשען. געב אונז שפע, געב אונז שכל מיר זאלן איינעם דעם צווייטן מכבד זיין.
העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיין כבוד וועגן, בפרט רבינו נחמן בן פיגא און רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותם יגן עלינו.
רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך מיר ליכטיג און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן.
הייליגער באשעפער העלף מיר, בזכות דעם וואס איך גיב נאך און איך קריג מיך נישט זאלסטו מיר אויך נאך געבן און אויסהערן מיינע תפילות".