בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
שטארק זיך אין לערנען און דאווענען, גיי אן מיט דיינע שיעורים כסדרן, לערן יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא און הלכה, אויך זאג יעדן טאג תהלים און זיי זיך מתבודד; גיי א שפאציר צווישן די ביימער פאר דריי מינוט, איין מינוט זאלסטו דאנקען, די צווייטע מינוט זאלסטו איבערבעטן, תשובה טון אויף אלעס וואס דו דארפסט תשובה טון, און די דריטע מינוט זאלסטו בעטן אויף ווייטער, אז דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים.
איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט האבן שייכות מיטן דיין שליט"א, דו וועסט גיין צו זיין שיעור וואס ער געבט יעדע נאכט אין גמרא, עס איז גאר אנדערש ווען מען האט א שיעור, מען לערנט תורה.
אויך וויל איך זייער זאלסט זיך מאכן א שיעור מיט א חברותא אינדערפרי איידער דו גייסט ארבעטן, מען מוז זיין צוגעבינדן צו די תורה, נאר אזוי קען מען סורווייווען מיט די שווערע נסיונות, נאר מיט תורה און מיט תפילה קען מען זיך ראטעווען פון די מבול פון שטורעמישע וואסערן.
הלואי וואלסטו מיר געשריבן איין מאל א וואך א בריוו, איך וויל זיין מיט דיר נאנט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.