בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי שטארקט מען זיך?
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה, גאט'ס נאמען, י"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרטן קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בזה העולם דארף מען זיך זייער שטארקן, ווי אזוי שטארקט מען זיך? דוד המלך זאגט (תהילים יח, ב): "אֶרְחָמְךָ ה' חִזְקִי", מוהרא"ש אינעם פירוש תהילות נתן זאגט, דוד המלך זאגט: "אֶרְחָמְךָ ה'", מיט דעם וואס איך ווייס אז דער אייבערשטער איז פול מיט רחמנות, ער האט רחמנות אויף אלעמען, "חִזְקִי", דאס אליינס איז מיין גאנצע שטארקקייט; דאס איז מיין גאנצע התחזקות, איך ווייס אז אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר איז פונעם אייבערשטנ'ס רחמנות.


אשרינו מה טוב חלקינו, הונדערט טויזנט מאל אשרינו.


א גוט יום טוב.