בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי שטארקט מען זיך? ווי אזוי נעמט מען כח אנצוגיין אין לעבן?
צרות, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מאנטריאל.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות, איר זאלט ווייטער בויען אייער הערליכע שטוב. איך ווייס אז עס איז אייך ביטער שווער, איר שפירט ווי איר האלט פאר א בראך אדער גאר שוין נאכן בראך, איר שפירט ווי איר שוועבט וכו' - פון אלע שוועריקייטן וואס איר זענט אריבער אין אייער לעבן און פון אלעס וואס איר גייט נאך אלץ אריבער אין לעבן און איר קענט זיך נישט צאמנעמען אויף גארנישט, דאך זאלט איר זיך שטארקן מיט אלע אייערע כוחות.


איר וועט פרעגן: "ווי אזוי שטארקט מען זיך? ווי אזוי נעמט מען כח אנצוגיין אין לעבן?" דער ענטפער איז אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "ווען עס איז שוין גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך דאס מויל און די אויגן - דאס איז ביטול", מען פרעגט נישט קיין שום קשיות: 'פארוואס? פארוואס מיר גייט שלעכט? פארוואס מיר איז ביטער?' אז מען פארמאכט נישט דאס מויל, מען רעדט און מען פרעגט קשיות - דעמאלט ווערט נאר מער ביטער, אבער אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיך, מען ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן און אלעס וואס גייט אריבער איז דער אייבערשטער אליין, דאס הייסט אז מען פארמאכט דאס מויל, מען פרעגט נישט: 'פארוואס? פארוואס איך? פארוואס דארף איך ליידן?' דורכדעם נעמט מען אראפ פון זיך אלע דינים.


אזוי אויך די אויגן; מען פארמאכט די אויגן, דאס מיינט 'איך וויל גארנישט פארשטיין, איך פארמאך די אויגן, איך פארמאך מיין שכל, איך בין זיך מבטל צום אייבערשטן, איך ווייס אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, דער אייבערשטער וויל נאר גוטס טון מיט מיר', דעמאלט ווערט מען זייער שטארק און מען קען אסאך פארטראגן.


מרת ... תחי', איר שרייבט אז איר ווילט קומען צו פליען רעדן צו מיר; אז איר וועט קומען וועל איך מאכן צייט פאר אייך, איך וועל אייך מחזק זיין. איך שרייב אייך חיזוק ווערטער אז איר זאלט זיך קענען מחזק זיין וואו איר זענט, אין אייער פלאץ זאלט איר וויסן אז דער אייבערשטער איז מיט אייך, ביי אייך און נעבן אייך; וואס איר דארפט און וואס עס שטערט אייך זאלט איר אים בעטן, דורכדעם וועט אייך גרינגער ווערן, איר וועט זען פאר זיך אן אנדערע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.