בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי איידער זיך קריגן, ענדערש זיך אויסרעדן צום אייבערשטן
שלום בית, משלי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


שלמה המלך זאגט (משלי כה, כד): "טוֹב שֶׁבֶת עַל פִּנַּת גָּג", עס איז בעסער צו זיצן אליין אויף א ווינקל פון א דאך, "מֵאֵשֶׁת מִדְיָנִים", ווי צו זיין אין שטוב מיט א ווייב וואס קריגט זיך, "וּבֵית חָבֶר", און ווי איידער צו גיין צום חבר'ס הויז רעדן מיט זיין פרוי.


יש לומר נאך א פשט, רוב פסוקים פון משלי איז געשריבן די פסוקים – די ערשטע חלק פסוק קומט בעצם נאכן צווייטן חלק פסוק, קען מען זאגן אויך דא, "מֵאֵשֶׁת מִדְיָנִים", אז מען האט א ווייב א קריגערישע פרוי, וואס זאל מען טון? זאגט דער פסוק: "טוֹב שֶׁבֶת עַל פִּנַּת גָּג", ווי איידער זיך קריגן איז בעסער זיך זוכן א ווינקל און זיך אויסרעדן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, זיך מתבודד זיין און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום בית, די שכינה זאל רוען אין שטוב, מען זאל זיך ליב האבן, מען זאל רעדן שיין.


"וּבֵית חָבֶר", אויב מען פאלט, מען גייט מיט חברים, מען שמועסט מיט פרעמדע רחמנא לצלן, וואס איז די עצה? "טוֹב שֶׁבֶת עַל פִּנַּת גָּג", גיי אין א ווינקעלע און שריי: "רבונו של עולם, איך בין אזוי געפאלן, רבונו של עולם איך וויל זיין גוט", דורך תפילה והתבודדות איז מען זוכה מען הויבט אן שפירן אז דאס איז גוט, מען זאגט 'טוֹב שֶׁבֶת עַל פִּנַּת גָּג', די בעסטע זאך אויף די וועלט איז זיין נאנט מיטן אייבערשטן, והבן למעשה.