בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי מער מ'דאנקט דעם אייבערשטן, אלץ שנעלער ווערט מען געהאלפן
תודה והודאה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער קינד זאל זיין געזונט און שטארק.


הויבט אן מער און מער דאנקען דעם אייבערשטן וועט איר וואס שנעלער אהיים גיין מיט'ן קינד פון שפיטאל; אז מען פארגעסט צו דאנקען דעם אייבערשטן, מען קרעכצט, מען רעדט זיך אפ - דעמאלט קומען אונטער נאך און נאך ווייטאג; אז מען דאנקט שטענדיג דעם אייבערשטן, מען פארגעסט נישט די חסדים - דעמאלט זעט מען שטענדיג נאר ניסים.


איך דאווען פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר'ן קינד.