בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב גערעדט מיט דיין ווייב תחי' און זי איז זיך גרייט צו העלפן; זי ווייסט אז זי האט א פראבלעם וכו', אבער זי בעט זיך אז דו זאלסט נישט זיין אזוי שארף צו איר. זי וויל אז דו זאלסט איר העלפן, דו זאלסט רעדן צו איר ווייעך און דו זאלסט רחמנות האבן אויף איר.
קלאפ איר נישט אראפ פיר און צוואנציג שעה א טאג מיט די זעלבע ווערטער: "ביסט משוגע", "ביסט א פראבלעם", ווייל פון דעם אליינס קען מען משוגע ווערן און ווערן א פראבלעם. טאג און נאכט זינגסטו איר: "קענסט דיר גיין"; "ביסט א פראבלעם"; "דו האסט מיט די נערוון"; זאל א מענטש זיין געזונט און שטארק - אויב איינער וועט אים זינגען א גאנצן טאג: "ביסט משוגע"; "ביסט א פראבלעם"; "האסט מיט די נערוון", קען דאס צוברענגען מען זאל כאפן א נערוון בראך, כל שכן א מענטש וואס האט טאקע שוואכע נערוון וועט דאך זיכער זיינע נערוון שוואכער ווערן ווען מען האלט אים אין איין אראפ קלאפן.
איך בעט דיר מיין טייערער ליבער..., געב אכטונג אויף דיין ווייב תחי'; דער רבי האט אונז געהייסן מכבד זיין די ווייב, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב וועסטו זוכה זיין צו האבן גרויס עשירות.
איך ווארט צו הערן פון דיר.