בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ווייב טוט זיך אן צו שטארק צניעות'דיג
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו', אז דיין ווייב טוט זיך אן גאר צניעות'דיג, נאך מער ווי מען דארף גיין, שוין איבער די גרעניץ, דו שפירסט אז דאס איז געפערליך און דאס קלאפט אויס אויף די שלום אין שטוב; זאלסטו איר אויסרימען און געבן אסאך גוטע ווערטער, און נאר פרייליך מאכן, ווייל ממה נפשך, איז דאס - אזוי ווי דו ביסט חושש - נערווען, זאלסו וויסן דעם כלל, אז נערווען קען מען נישט היילן נאר דורך אסאך גוטע וועטער, די גוטע ווערטער און די פרייליכקייט מאכט לופטיג די מח ביז מען ווערט אויסגעהיילט; איז דאס נישט נערווען, נאר א שיטה, א פארדרייטע שיטה - איז דאך זיכער אז מען קען נישט גיין בכח, מען מוז גיין מיט סבלנות און חכמה, און נאר דורך גוטע ווערטער און שמחה קען מען איבערדרייען יענעמ'ס שיטה.


געב אסאך גוטע ווערטער אין שטוב, אויף דעם זאלסטו נישט קארגן און אויף דעם זאלסטו נישט מאכן קיין חשבונות; אויב עס קומט אריין די גוטע ווערטער און אויב מען האט שוין געזאגט נעכטן, און עס פעלט נישט אויס זאגן נאכאמאל, זאלסט געבן גוטע ווערטער בלי שיעור; אזוי וועט זי ווערן מיט דיר איינס, וועט זי טון דיין ווילן און ענק ביידע וועלן טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.