בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית יואל
איך האב ערהאלטן די בריוו מיט די ריקארדינג ווי דיין ווייב גיסט זיך אויס איר הארץ.
וויסן זאלסטו, עס איז א גרויסע ווייטאג פאר א מאמע צו זען ווי די קינדער לאזן נאך פון די וועג ווי זי פירט זיך, דאס רייסט ביים הארץ, און דאס איז וואס טוט וויי פאר דיין טייערע ווייב, זי קען זיך נישט בארואיגן ווען זי זעט ווי די קינדער זענען נישט מקפיד אויף די גדרי צניעות ווי אזוי זי פירט זיך, עד כדי כך, אז עס רירט איר די מח, און איך האב מורא אז עס וועט איר גיין ביז די נערווען השם ישמרינו.
על כן בעט איך דיר דו זאלסט איר טרייסטן, דו זאלסט איר אויסהערן און איר מחזק זיין, אז מען וועט בעטן דעם אייבערשטן אז אלע דורות זאלן זיין ערליך; זיי איר מחזק אז מיט תפילה והתבודדות איז מען זוכה אז אלעס דרייט זיך איבער לטובה, און אפילו מען זעט נישט גלייך קיין שינוי לטובה, וועלן די אייניקלעך צוריק אנטון די איידעלע לבושים, און אין די זעלבע צייט זאלן ענק זייער אכטונג געבן צו מקרב זיין די קינדער מיט די גרעסטע מאס ליבשאפט וואס איז נאר שייך, זיי חס ושלום נישט ווייזן קיין התרחקות, ווייל חס ושלום וואס קען פאסירן? ווען קינדער זעען ווי מען איז נישט צופרידן פון זיי אנטלויפן זיי צו די שלעכטע רוחות, און וויי וויי וואס פאסירט, השם ישמרינו ויצילינו; מען מוז מקרב זיין די קינדער מיט די גרעסטע מאס ליבשאפט, און דיקא די קינדער וואס גייען אנדערש וכו' – זיי מוז מען נאך מער רופן אויף שבתים, מלוה מלכה'ס און שמחות וכו', ווייל די לבושים זענען בסך הכל די סקרין אויף וואס מען קען זען די בילדער פון אינעווייניג פונעם הארץ, מען זעט וואס טוט זיך אין הארץ, אין מח, דאס איז א סימן אז אינעווייניג איז צעבראכן, פארווייטאגט וכו'.
על כן ליבער ברודער, זע דיין ווייב זאל דאס נישט נעמען צום הארצן, איך בין גרייט צו רעדן מיט ענק ביידע, ענק מדריך זיין לויט די הדרכה וואס מיר האבן זוכה געווען צו באקומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ווי זיך צו קענען באגיין מיט די אייגענע געפילן און מיט די אנדערע קינדער, און מיט די קינדער וואס לעת עתה זענען זיי אנדערש וכו' וכו'.
שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, בעיקר זאלסטו זען עס זאל זיין נאר פרייליך אין שטוב.