בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
גיי צו דיינע עלטערן און צו דיינע זיידעס און באבעס - זיי זאלן דיר אנווינטשן, און אז מען וועט דיר אריינזאגן וועגן אומאן וכו' - זאלסטו חס ושלום ענטפערן. געב אכטונג נישט מצער זיין דיין טאטע און מאמע, מיט א טאטע מאמע טענה'ט מען נישט, אז דו וועסט נישט ענטפערן, דו וועסט זיי ווייטער מכבד זיין, און פאלגן דעם רבי'ן, ווייטער קומען קיין אומאן און לערנען און דאווענען - וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה, וסוף הכבוד לבוא.
אזוי ווי עס איז געווען ביים הייליגן רבי נתן וועט זיין ביי דיר, מוהרנ"ת האט געהאט שרעקליכע רדיפות פון זיין טאטע, זיין טאטע האט אויפגעהעצט זיין ווייב זי זאל זיך גט'ן פון רבי נתן, און רבי נתן האט געווארט מיט געדולד, ער האט געשוויגן, ער האט ווייטער מכבד געווען זיין טאטע. אלעס וואס זיין טאטע האט אים געזאגט האט ער געפאלגט, אבער דעם רבי'ן האט ער נישט אפגעלאזט, ביז שפעטער פלעגט רבי נתן'ס טאטע זיך אויפשטעלן פאר רבי נתן און אים רופן מיט א טיטל ר', וואס געווענליך א טאטע רופט נישט אן אייגן קינד ר'; ער האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב אזויפיל נחת פון דיר, דו ביסט מיך אזוי מכבד, דעריבער רוף איך דיר מיט א טיטל ר'".
איך בעט דיר נאכאמאל, גיי נישט אריין אין ויכוחים מיט דיינע עלטערן, גיי אריבער צו זיי, בעט זיי איבער, בעט זיי זיי זאלן דיך בענטשן, און אז מען פארשעמט דיך זאלסטו שטיל בלייבן, און נאכדעם זאלסטו גיין התבודדות און וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם פארוואס איז ברסלב אזוי פארשעמט? פארוואס רעדט מען אויפן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים אזעלכע לשון הרע?"
ברודער אזוי מוז זיין, אויף צדיקים רעדט מען און מען שפעט, אויף אלע אמת'ע צדיקים איז געווען ליצנות. חכמינו הקדושים זאגן (ירושלמי ברכות ב, ח): "אֵין דוֹר שֶּׁאֵין בּוֹ לֵצָנִים", אין יעדע דור זענען דא לצים; אלע צדיקים האט מען געטשעפעט און מען האט געקריגט אויף זיי, און דאס דארף אריבער גיין אויף אלע מקורבים, מען טשעפעט און מען שפעט, און נאר אזוי קען מען מקבל זיין פון רבי'ן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' - מזבוב ועכביש) וואס עס האט זיך אפגעטון מיט זיין נשמה איידער זי איז אראפגעקומען אויף די וועלט, ווי דער סמ"ך מ"ם האט געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה", מוהרא"ש זאגט אז די עצה זייערע איז ליצנות; מען שפעט פון רבי'ן און פון רבינ'ס מענטשן, פון ברסלב'ער חסידים. דאס איז די עצה וואס דער סמ"ך מ"ם האט קעגן דעם רבי'ן, דורכדעם האלטן זיך מענטשן אפ פון מקורב ווערן צום רבי'ן.
אז דו וועסט מיך פאלגן, דו וועסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן, דו וועסט ארויפגיין צו זיי, דו וועסט זיי רופן, דו וועסט זיך פירן ווי מען פירט זיך צו די חשוב'סטע מענטשן פון דער וועלט - וועלן זיי אפלאזן די מלחמה, און עס קען זיין אז זיי וועלן אויך קומען קיין אומאן צום רבי'ן. לאך נישט, ווייל עס זענען דא מעשיות צווישן אנשי שלומינו ווי די עלטערן וואס זענען געווען אין אנהייב מתנגדים - זענען שפעטער געקומען צום רבי'ן און געווארן תלמידים ביים רבי'ן.
זיי זיך מחזק מיט דיינע שיעורים כסדרן, לערן יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, הלכה און אזוי ווייטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.