בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
דו ביסט א מלמד, האסטו אן אחריות צו קומען אין שול אינדערפרי דאווענען שחרית מיט מנין, און אז דו קומסט נאכמיטאג טאג נאך טאג דאווענען נאך חדר, פרעגן די עלטערן: 'דאס איז דער מלמד פון מיין זון? ווי אזוי זאלן מיר טראכטן אויף די זאך?'
איך וויל זייער דו זאלסט דאווענען אינדערפרי, און אז דו קומסט נישט אן אינדערפרי זאלסטו וואס פריער דאווענען. נעם מיט דיין טלית ותפילין, דאווען אין חדר ביי הפסקה, נישט נאכמיטאג; ווייל נאך חצות קען מען נישט דאווענען, נאך חצות איז א ברכה לבטלה, נאך חצות איז א חילול השם.
איך וויל דיך נישט באליידיגן, אבער איך וויל האבן מלמדים יראי שמים. איך בעט יעצט נאך מער דעם אייבערשטן: "אייבערשטער געב מיר מלמדים יראי שמים, אייבערשטער איך דארף מער נישט קיין מומחים, איך דארף מלמדים וואס האבן יראת שמים, וואס דאווענען און לערנען און האבן מורא פונעם אייבערשטן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.